ⓘ ישראל משה פרידמאן. רבי ישראל משה איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, אלס איינציקער זון צו זיין פאטער רבי אברהם יעקב פרידמאן, דער זון פון רבי מר ..

                                     

ⓘ ישראל משה פרידמאן

רבי ישראל משה איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, אלס איינציקער זון צו זיין פאטער רבי אברהם יעקב פרידמאן, דער זון פון רבי מרדכי שלום יוסף און זיין מוטער ציפורה פייגא פעלדמאן. מען האט אים געגעבן דעם נאמען ישראל נאכן מייסד פונעם רוזשינער חסידות, רבי ישראל פון רוזשין און משה נאך דעם באיאנער רבין רבי משה פרידמאן.

ווען ער איז געווען א בחור איז די משפחה געצויגן קיין ארץ ישראל. ער האט געלערנט אין דער רוזשינער ישיבה אין בני ברק און אין דער פאנאוועזשער ישיבה.

ער האט געהייראט זיין קוזינע שרה, טאכטער פון זיין משפחה חיים משה פעלדמאן, פון די חשובע וויזשניצער חסידים און פון די פירער פון דער חרדישער קהילה אין לאנדאן. נאך דער חתונה איז ער אריבער וואוינען אין לאנדאן. זיי האבן צען קינדער. אין תשל"ט האט זיין פאטער איבערגענומען די רביסטעווע אין סאדיגורא.

אין תש"ן בערך האט ער אויפגעשטעלט דעם בית מדרש "אור ישראל" אין דעם גאלדערס גרין געגנט פון לאנדאן. אויך האט מען אים באשטימט רב פון די סאדיגורער חסידים ארום דער וועלט. ער האט ממשיך געווען אין די אמטן ביז דער פטירה פון זיין פאטער.

י"ט טבת תשע"ג איז זיין פאטער נפטר געווארן, און זיינעדיק דער איינציגער זון, האט מען אים באשטימט סאדיגורער רבי. צוליב דעם האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק.

אין יאר תשע״ט איז ער געווארן שטארק קראנק און ער האט געוויילט א לענגערער צייט אויף רפואה אין לאס אנזשעלעס.

כ״א אב תש״ף איז ער נפטר געווארן אין תל השומר שפיטאל.

                                     

1. מחלוקת נאך זיין פטירה

נאך זיין הסתלקות אין חודש אב תש"פ, איז נתפרסם געווארן אז ער האט געשריבן אין צוואה אז רבי יצחק יהושע העשיל זאל איבער נעמען די סאדיגורער רביסטעווע כאטש אז ער איז דער פינפטער זון.

זיין רעבעצן שרה האט מכתיר געווען נאך צוויי זין אלס רבי׳ס: רבי מרדכי שלום יוסף, אלץ סאדיגורער רבי אין ירושלים, און רבי אהרן בער, סאדיגורער רבי אין לאנדאן. רוב חסידים זענען געבליבען מיט רבי יצחק יהושע העשיל אין בני ברק.

                                     

2. משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • חוה יוטא הדסה, ווייב פון הרב יהושע מאיר פרישוואסער, ר"מ אין לאנדאן, זון פון הרב שלמה ישראל פרישוואסער, רב פונעם סאסאווער בית המדרש און א ראש ישיבה פון חיי עולם ישיבה אין גאלדערס גרין, לאנדאן.
  • הרב אליהו אליקים געציל, איידעם ביי הרב שלמה האלבערשטאם, רב פון דער פאשקוויצער קהילה אין לייקוואוד.
  • הרב יצחק יהושע העשיל, זיין ממלא מקום; האט געהייראט מרת מלכה, טאכטער פון הרב אשר חיים שטערנבוך פון אנטווערפן
  • הרב אפרים פישל, איידעם ביים ראפשיצער רבי פון אמעריקע
  • הרב מרדכי שלום יוסף, סאדיגורער רבי אין ירושלים, איידעם ביי רבי נפתלי יהודה הורוויץ, באסטאנער רבי.
  • די ווייב פון הרב צבי הירש אייכנשטיין, א ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי משה מרדכי אייכנשטיין, טריסקער רבי.
  • בריינדל, ווייב פון הרב יוחנן מאיר שפירא, זון פון רבי קלמן מנחם שפירא, פיאסעצענער רבי
  • הבחור שמעון מנחם נחום.
  • הרב אהרן דב בער, סאדיגורער רבי אין לאנדאן
  • די ווייב פון הרב מנחם מנדל מרגליות, ראש ישיבה פון שערי בינה אין לייקוואוד, זון פון הרב ליפא מרגליות, ראש ישיבה פון תורה תמימה.
                                     
  • רבי ישראל פרידמאן כ שבט ה תרי ב - י ג תשרי ה תרס ז פון סאדיגורא. דער פערטער זון פון רבי אברהם יעקב פרידמאן רבי ישראל איז געבוירן אין סאדיגורא כ
  • אייניקל פון הרב ישראל חיים פרידמאן דער ראחובער רב מח ס ליקוטי מהרי ח. רבי ישראל חיים מנשה איז געבוירן געווארן צו רבי יעקב צבי פרידמאן און זיין ווייב ביילא.
  • רבי דוד משה פרידמאן זצ ל שבועות, ז סיון ה תקפ ז - הושענא רבה כ א תשרי ה תרס ד פון טשארטקאוו. רבי דוד משה איז געבוירן אין רוזשין דעם צווייטן טאג שבועות
  • רבי ישראל פרידמאן זצ ל ג תשרי ה תקנ ז - ג חשוון ה תרי א פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער. רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן
  • משה פרידמאן באקאנט צווישן סאטמארער חסידים אלס משה גבאי, איז געווען דער לאנג - יעריגער באדינער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ן, ר משה טייטלבוים זצ ל, און איז
  • אין פאטיק, י אייר ה תרי ד, צו זיין פאטער הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש
  • ה תקצ ה, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם
  • רבי משה יהודה לייב פרידמאן זצ ל חמשה עשר בשבט ה תרכ ה - י אלול ה תש ז פון פאשקאן. רבי משה יהודה לייב איז געבוירן חמשה עשר בשבט ה תרכ ה, צו זיין פאטער
  • ר משה אריה פרידמאן איז א קאנטעראווערסיאלער עסקן און זעלבסט געקרוינטער רב און נטורי קרתא אקטיוויסט אין וויען, עסטרייך. ער האט זיך געעפנט אן אייגענע שול
  • בא דײ טן: ישראל פרידמאן איז דער נאמען פון: רבי ישראל פרידמאן ג תשרי ה תקנ ז - ג חשוון ה תרי א פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער. רבי ישראל פרידמאן
  • פרידמאן ה תר ט אומגעפער - כ ו תמוז ה תר ל פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו. בזיווג שני די ווייב פון הרב ישראל פרידמאן