ⓘ סעגעד איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן, די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד. דער אוניווערסיטעט פון סעגע ..

                                     

ⓘ סעגעד

סעגעד איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן, די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד. דער אוניווערסיטעט פון סעגעד איז איינער פון די חשובסטע אוניווערסיטעטן אין אונגארן. סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 170.052 מענטשן.

                                     

1. געאגראפיע

סעגעד ליגט נישט ווייט פונעם דרום גרענעץ פון אונגארן, אויף ביידע ברעגן פונעם טייס ביים מויל פונעם מאראש טייך.

דער קלימאט איז קאלט אין ווינטער, ווארעם אין זומער, מיט ווייניג רעגן. די זון שיינט א סך שעהן אין יאר, דעריבער רויפט מען סעגעד "די שטאט פון זון".