ⓘ צפון-מאקעדאניע. צפֿון־מאַקעדאָניע, אפיציעל די רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון ..

                                     

ⓘ צפון-מאקעדאניע

צפֿון־מאַקעדאָניע, אפיציעל די רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון די נאכפאלג לענדער פון דער אמאליגער יוגאסלאוויע, פון וועלכער זי האט פראקלאמירט זעלבשטענדיקייט אין 1991. א לאנד איינגעשלאסן לאנד, מאקעדאניע גרענעצט סערביע צו צפון, בולגאריע צו מזרח, גריכנלאנד צו דרום און אלבאניע צו מערב. זי באשטייט בערך די צפון־מערב העלפט פון דעם גרעסערן געאגראפישן ראיאן פון מאַקעדאָניע, וואָס נעמט איין אויך טיילן פון גריכנלאנד און בולגאַריע.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז סקאָפּיע, מיט 506.926 באוווינער לויטן 2002 צענזוס. אנדערע שטעט זענען כולל ביטאלע, קומאנאווא, פרילעפ, טעטאווא, אהריד, וועלעס, שטיפ, קאטשאני, גאסטיוואר און סטרומיקע.

צפון־מאקעדאניע האט מער ווי 50 אזערעס און זעכצן בערג העכער ווי 2000 מעטער.

צפון־מאקעדאניע איז געווארן אַ מיטגליד פון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אין 1993 אָבער, צוליב אַ פּאָלעמיק מיט גריכנלאנד וועגן דעם נאָמען, האט מען זי אריינגלאזט מיטן פראוויזארישן נאמען די געוועזענע יוגאסלאווישע רעפובליק פון מאַקעדאָניע. אויך איז צפון־מאקעדאניע א מיטגליד אינעם אייראפע-ראט. זייט דעצעמבער 2005 קאנדידירט זי צו ווערן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, און האט זיך געוואנדן צו ווערן א מיטגליד אין נאַטאָ.