ⓘ נארד-פא-דע-קאלע. נארד-פאַ דע קאַלע איז איינער פון די 27 ראיאנען פון פראנקרייך. ער שליסט איין די דעפארטמענטן נארד און פא-דע-קאלע, און געפינט זיך אין צפון פראנקרי ..

                                     

ⓘ נארד-פא-דע-קאלע

נארד-פאַ דע קאַלע איז איינער פון די 27 ראיאנען פון פראנקרייך. ער שליסט איין די דעפארטמענטן נארד און פא-דע-קאלע, און געפינט זיך אין צפון פראנקרייך, לעבן דעם גרענעץ מיט בעלגיע און מיטן פאראייניגטן קעניגרייך. זיין באפעלקערונג איז 4.02 מיליאן. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ליל. די צווייטע גרעסטע שטאט איז קאלע, א וויכטיקער טראנספארט קנופ.

דער שטח פון נארד-פאַ דע קאַלע פלעג זיין א טייל פון די נידערלאנדן. צווישן 1477 און 1678 איז ער ביסלעכווייז געווארן א טייל פון פראנקרייך. מען רעדט אין דעם ראיאן סיי פראנצויזיש סיי האלענדיש.