ⓘ שפראכן ..

אויסטרא-אזיאטישע שפראכן

די אויסטרא-אזיאטישע שפראכן זענען א גרויסע שפראך-משפחה פון דרום מזרח אזיע, מיט רעדערס געפונען אויך אין אינדיע, באנגלאדעש און דרום כינע. דער נאמען "אויסטרא-אזיאטיש" קומט פון די לאטיינישע ווערטער פאר "דרום" און "אזיע", וואס מיינט דערפאר "דרום אזיע". פון אלע די שפראכן אין דער שפראך-משפחה, וויעטנאמעזיש און כמער זענען די מערסטע מפורסם. די איבעריגע שפראכן זענען גערעדט ביי מינאריטעטישע גרופעס.

אונגעריש

אונגעריש איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגאריש אפשטאמיגע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן. פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג. אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדער אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

אוראלט גריכיש

אוראלט גריכיש איז געווען די שפראך וואס די מענטשן פון אוראלט גריכנלאנד האבן גערעדט פונעם 9טן ביזן 4טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג. אוראלט גריכיש מיט לאטיין זענען די וויכטיגסטע אוראלטע שפראכן פאר היינטיקע ענגליש רעדער, ווייל א היבשע צאל ווערטער אויף ענגליש שטאמען פון גריכיש און לאטיין. גריכיש האט געהאט פארשידענע דיאלעקטן, אבער ״אַטישע גריכיש״ וואס די בירגער פון אטען האבן גערעדט ווערט גערעכנט א ריינע פארעם פון דער שפראך. די גריכן זענען געווארן גאר שטארק אין די לענדער ארום דעם מיטלענדישן ים און זייער שפראך האט זיך גיך פארשפרייט. אלעקסאנדער דער גרויסער האט אריינגעפירט די שפראך אין אזיע ...

אורדו

אורדו איז אן אינדא-אריאנישע שפראך און א וואריאנט פון הינדוסטאני וואס מען שרײַבט אין אן אראבישן שריפט. זי איז די נאציאנאלע שפראך פון פאקיסטאן און איינע פון די 23 אפיציעלע שפראכן פון אינדיע. דאס ווארט אורדו שטאמט פון טערקיש ordu מיליטער.

איטאליעניש

איטאליעניש איז א ראָמאנישע שפראך וואס 63 מיליאן מענטשן רעדן, בעיקר אין איטאליע. אין דער שווייץ איז איטאליעניש איינע פון פיר אפיציעלע שפראכן. אויך אין סאן מארינאָ איז איטאליעניש די אפיציעלע שפראך. נאך דער פאראייניגונג פון איטאליע איז אויפגענומען געווארן כלל־איטאליעניש, באזירט אויף דעם טוסקאנישן דיאלעקט.

אינטערסלאוויש

די אינטערסלאווישע שפראך איז א געפלאנטע סלאווישע שפראך, באשאפן דורך יאן וואן שטיינבערגן און ווויטעך מערונקא אין די יאהרן פון 2017-2006 ווי א מיטל פון קאמוניקאציע צווישן מענטשן פון פארשידענע סלאווישע לענדער. דאס אינטערסלאוויש איז באזירט הויפּטזעכלעך אויף דער אלט קירכע סלאוואנישער שפּראַך, אבער אויך אויף די נאציאנאלע סלאווישע שפראכן. מען שרייבט זי מיטן קירילישן און מיטן לאטיינישן אלפאבעט. די שפראך האט בערך צוויי טויזנט רעדער.

                                     

ⓘ שפראכן

  • די סלאווישע שפראכן זענען א גרופע פון נאנט פארבינדענע שפראכן פון די סלאווישע פעלקער און אן אונטער - גרופע פון די אינדא - אייראפעישע שפראכן וואס מ רעדט אין
  • ערליי שפראכן וואס מען ניצט אויף א קאמפיוטער פאר פארשידענע צוועקן. יעדע קאמפיוטער שפראך האט איר ווערטער אוצר וואקאבולאר אנדערש ווי נאטירליכע שפראכן האט
  • מאשין, למשל א קאמפיוטער. ביז היינט האט מען שוין געשאפן טויזנטער פראגראמירן שפראכן א פראגראמירער שרייבט קוואל טעקסט אין א פראגראמירן שפראך. דער קוואל טעקסט
  • די אויסטרא - אזיאטישע שפראכן זענען א גרויסע שפראך - משפחה פון דרום מזרח אזיע, מיט רעדערס געפונען אויך אין אינדיע, באנגלאדעש און דרום כינע. דער נאמען אויסטרא - אזיאטיש
  • סאמאלי די באנטו שפראכן שליסן איין סוואהילי, זולו און הונדערטער אנדערע שפראכן וואס מען רעדט דורכאויס אפריקע און די מאלאיא - פאלינעזישע שפראכן שליסן איין אינדאנעזיש
  • פון ליטא, איז אן אסט באלטישע שפראך פון די באלטישע שפראכן אין דער פאמיליע פון אינדא אייראפעישע שפראכן אומגעפער 4 מיליאן מענטשן רעדן ליטוויש אלס מוטערשפראך
  • שפראך פון די באלטישע שפראכן אין דער פאמיליע פון אינדא אייראפעישע שפראכן די נענטסטע שפראך צו לעטיש איז ליטוויש, אבער די צוויי שפראכן זענען נישט פארשטענדליך
  • א רא ביש العربية איז א סעמיטישע שפראך און האט א שייכות מיט אנדערע סעמיטישע שפראכן ווי העברעיש און אראמיש. מער ווי 280 מיליאן רעדן אראביש אלס מוטערשפראך, כמעט
  • געהערט העברעאיש צו דער כנענישער גרופע שפראכן וואס זיי זענען א צווייג פון דער צפון מערבדיקער פאמיליע פון סעמיטשע שפראכן לויט אברהם בן - יוסף, האט העברעאיש
  • פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש. ענגליש איז אן אינדא - אייראפעאישע שפראך און געהערט צו דער מערב - גערמאנישע אפטייל פון די גערמאנישע שפראכן ענגליש איז א
  • אוקראינסקא - מא ווא איז א סלאווישע שפראך וואס געהערט צו דער פאמיליע פון מזרח - סלאווישע שפראכן אוקראיניש איז די אפיציעלע שפראך אין אוקראינע. אירע נאענטע קרובים זיינען