ⓘ קאמוניקאציע ..

קאמוניקאציע

קאָמוניקאַציע מיינט פארבינדונגען צווישן צוויי זאכן, ווי צווישן מענטשן, לענדער אא"וו. ווי צב"ש "רעדן" איז א מיטל פון קאמוניקאציע צווישן מענטשן. די קאמוניקאציע ווערט צעטיילט אויף עטליכע אפטיילונגען. ווולגארער קאמוניקאציע - איז די ידיעות וואס דערשיינט בשערי בת רבים און איז פארבונדן צו מאסעס מענטשן פון די גארער וועלט וואס איז האפט מאל פארמישט מיט פאליטיק אדער אנדערע גערודעריי. צווישן זיי זיינען דער צייטונג, ראדיא, טעלעוויזיע, קינא, אינטערנעט און נאך. נאטורליכע קאמוניקאציע - ווי רעדן, שרייבן, מאלעריי, פאטאגראפיע, ליטעראטור, טעאטער, מוזיק, פאסט אא"וו. טעכנאלאגישע קאמוניקאציע - טעלעפאן, סעלפאן, פ ...

אויספאפן

אויסנארן איז דער מאניפולאציע פון דער אויפכאפונג צו טוישן געדאנקען און געפילען פון אנדערע, דורך ליגענט, אדער פאלטשקייטן, תחבולות און האלבע-אמתער. אויסנארן נעמט אריין אין זיך קאנצעפטן ווי פרעפעגאנדע באהאלטן און דיסטראקציע. פיקציע על אף וואס דאס איז נישט אמת ווערט נישט פארעכענט ווי אויסנארן ווייל דאס איז געמאכט צו באשרייבן פאנטאזיע און פארעם פון ריאליטעט, אחוץ אויב דער שרייבער זאגט קלאר א ליגענט אז די מעשה איז אמת.

איבערזעצונג

איבערזעצונג איז די פאך פון נעמען אריבער פון איין שפראך צו אן אנדערע; דאס קען זיין ביכער, ארטיקלען, דיכטונגען, לידער א.א.וו. איינער וואס טוט איבערזעצן הייסט אן "איבערזעצער". אויף ענגליש טיישט דאס א דאלמעשטער. דאס עצם חוש פון איבערזעצן, איז געוואנדן אין צוויי זאכן, איינס - קענען ביידע שפראכן, סיי וואס פון וואנעט מזעצט איבער, און די שפראך וואס דערויף זעצט מען איבער. צוויי - פארשטיין מיינונגען פון ווערטער, וויבאלד יעדע שפראך האט אנדערע אויסדרוקן, און דאס אויסשפראך פון א ווארט קען ביי יעדער שפראך זיין אינגאנצן אנדערש. דער איבערזעצער, מוז זיין פארשטענדליך, נישט איינפאך איבערקלאפן ווערטער אויף דע ...

בריוו

א בריוו איז א וועג פון פארבינדונג מיט א צווייטן דורך שרייבן אויף א פאפיר וואס ער וויל זאגן אנשטאט רעדן פערזענלעך, און מען לייגט אים אין א קאנווערט. אויך איז עס א מיטל צו שיקן אינפארמאציע צו איינעם וואס געפונט זיך נישט דאהי דורך א שליח מיינסטענס א פאסט טרעגער וכדומה. היינט האט מען אנדערע מיטלן פון קאמוניקאציע, למשל טעלעפאן, פאקס און ע-פאסט. א בריוו האט אבער די מעלה אז מען קען אים באקומען אן קיין ספעציעלע מכשירים, מדארף נאר האבן א פאסטקעסטל.

גענעראל פארזאמלונג

א גענעראל פארזאמלונג איז אן אסיפה פון מיטגלידער אין אן אסאסיאציע אדער פירמע אדער א קהילה וואס מען האלט בדרך כלל איין מאל א יאר. אפטמאל איז דא א פליכט פונעם געזעץ צו האלטן א גענעראל פארזאמלונג.

דאלמעטשער

א דאלמעטשער איז עמיצער וואס פארשטייט און רעדט עטליכע שפראכען, און ווערט באנוצט אלץ אן איבערטייטשער פון איין שפראך צום צווייטען. מיר געפונען שוין אין די תורה אין פרשת מקץ והם לא ידעו כי שומע יוסף כי המליץ בינותם, און רש"י ברענגט אז דאס איז געווען מנשה בן יוסף. א בית דין טאר נישט אויסהערן טענות פון א "מתורגמן", נאר אויב עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה. דער וואס טייטשט איבער ספרים הייסט א איבערזעצער.