ⓘ גרויסלאנדאן איז אן אדמיניסטראטיווער שטח און א צערעמאניע־גראפנשאפט פון ענגלאנד. עס איז געגרינדעט געווארן דעם 1טן אפריל 1965, אייננעמען די 32 לאנדאנער באראס און ד ..

                                     

ⓘ גרויסלאנדאן

גרויסלאנדאן איז אן אדמיניסטראטיווער שטח און א צערעמאניע־גראפנשאפט פון ענגלאנד. עס איז געגרינדעט געווארן דעם 1טן אפריל 1965, אייננעמען די 32 לאנדאנער באראס און די סיטי פון לאנדאן. די לאקעאלע רעגירונג פון לאנדאן איז דער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט וואס באשטייט פונעם בירגערמייסטער פון לאנדאן און דער לאנדאנער אסיפה, הויפטקווארטירט אין דעם לאנדאנער ראטהויז.

גרויסלאנדאן באדעקט א שטח פון 1.572 ק"מ 2, מיט א באפעלקערונג פון 8.174.000 ביים 2011 צענזוס.

גרויסלאנדאן ווערט צעטיילט אין 33 לאקאלע אויטאריטעטן, וואס זענען די 32 לאנדאנער בארא ראטן און די סיטי פון לאנדאן קארפאראציע. אויף זיי איז דא דאס אחריות פאר לאקאלע דינסטן וואס זענען אונטער דער אויפזיכט פון דער GLA, למשל לאקאלע פלאנירונג, שולעס, סאציאלע דינסטן, לאקאלע גאסן און מיסט אויפזאמלען. די לאנדאנער באראס האבן יעדע איינע א ראט וואס ווערט דערוויילט יעדע פיר יאר דורך די איינוואוינער דארטן.

  • נייהעם
  • הארינגיי
  • ריטשמאנד
  • קרוידן
  • בארנעט
  • קאמדן
  • הארוי
  • האמערסמיט און פולהאם
  • סאדארק
  • רעדברידזש
  • אילינג
  • העקני
  • סיטי פון לאנדאן
  • סיטי פון וועסטמינסטער
  • סאטן
  • העווערינג
  • קענזינגטאן און טשעלסי
  • ענפילד
  • בראמלי
  • האונסלא
  • הילינגדן
  • מערטאן
  • לואישעם
  • בארקינג און דעגנהעם
  • גריניטש
  • וואנדזווערט
  • ברענט
  • איזלינגטאן
  • וואלטאם פארעסט
  • טאר האמלעטס
  • בעקסלי
  • לאמבעט
  • קינגסטאן