ⓘ ראדיוס. אין געאמעטריע, איז דער ראַדיוס דער ליניע סעגמענט פונעם צענטער פון א קרייז מיט זיין ארומקרייז, אדער דער צענטער פון א קיילעך און זיין אייבערפלאך, און אויך ..

                                     

ⓘ ראדיוס

אין געאמעטריע, איז דער ראַדיוס דער ליניע סעגמענט פונעם צענטער פון א קרייז מיט זיין ארומקרייז, אדער דער צענטער פון א קיילעך און זיין אייבערפלאך, און אויך די לענג פון דעם סעגמענט. די לענג פונעם ראדיוס איז העלפט פון דער לענג פונעם דיאמעטער.

אין געאמעטריע טוט מען דעפינירן א קרייז ווי אויך א קיילעך ווי דער געאמעטרישער ארט פון אלע פונקטן אין א פֿלאך אדער א רוים וואס זייער דיסטאנץ פון ע געוויסן פונקט {דער צענטר) איז גלייך צום ראדיוס. מקען פאראלגעמיינערן די דעפיניציע צו העכערע דימענסיעס.

דער ראדיוס r {\displaystyle \ r} און דער ארומקרייז P {\displaystyle \ P} פון א קרייז זענען פארבונגן דורכן פֿארמל r = P 2 π {\displaystyle r={\frac {P}{2\pi }}}.

א קרייז מיט ראדיוס r {\displaystyle \ r} האט אן ארומקרייז פון היקפו הוא 2 π r {\displaystyle \ 2\pi r}, און א שטח פון π r 2 {\displaystyle \ \pi r^{2}}.

א קיילעך מיט ראדיוס r {\displaystyle \ r} האט אן אייבערפלאך שטח פון A = 4 π r 2 {\displaystyle A=4\pi r^{2}\,} און א פֿארנעם פון V = 4 π r 3 {\displaystyle V={\frac {4\pi r^{3}}{3}}}.

דאס ווארט ראדיוס שטאמט פון לאטיין radius, די שפיצע פון א ראָד.