ⓘ רעפובליק פון קאנגא. די רעפובליק פון קאנגא, אויך גערופן קאנגא־בראזאוויל, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. דאס לאנד גרענע ..

                                     

ⓘ רעפובליק פון קאנגא

די רעפובליק פון קאנגא, אויך גערופן קאנגא־בראזאוויל, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. דאס לאנד גרענעצט גאבאן אין מערב, קאמערון אין צפון־מערב, די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק אין צפון, די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא אין מזרח און קאבינדע אין דרום; און דעם אטלאנטישן אקעאן צו דרום־מערב. דער איינציגער צוטריט צום אקעאן איז א קורצער אטלאנטישער בארטן, און דאס 9 ק"מ ברייט מויל פונעם קאנגא טייך וואס פליסט אריין אין איינגאס פון גינע.

די רעפובליק פון קאנגא האט א באפעלקערונג פון 4.043.000 2010. איר הויפשטאט איז בראזאוויל.