ⓘ נאמיביע. נאַמיביע, אפיציעל די רעפובליק פון נאַמיביע איז א לאנד אין דרום אפריקע, וואס גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב. נאמיביע גרענעצט אנגאלא און זאמביע צו צ ..

                                     

ⓘ נאמיביע

נאַמיביע, אפיציעל די רעפובליק פון נאַמיביע איז א לאנד אין דרום אפריקע, וואס גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב. נאמיביע גרענעצט אנגאלא און זאמביע צו צפון, באצוואנע צו מזרח און דרום אפריקע צו מזרח און דרום. דער שטח פונעם לאנד איז 820.000 קוואדראט ק"מ.

די הויפטשטאט איז ווינדהוק. נאמיביע איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, דעם אפריקאנער פארבאנד און דער קאמאנוועלט.

די באפעלקערונג איז געשאצט צו 2.100.000.

די עקאנאמיע פון לאנד פארלאזט זיך אויף לאנדווירטשאפט, טוריזם און מינעריי פון בריליאנטן, אוראניום, גאלד און זילבער.