ⓘ מיינע הונדערט קינדער איז א בוך אין דער יידישער שפראך וואו עס ווערט באשריבן די אויסטערלישע געשיכטע פון לענא קיכלער-זילבערמאן וועלכע איז נאך דער קריג געווען ווי ד ..

                                     

ⓘ מיינע הונדערט קינדער

מיינע הונדערט קינדער איז א בוך אין דער יידישער שפראך וואו עס ווערט באשריבן די אויסטערלישע געשיכטע פון לענא קיכלער-זילבערמאן וועלכע איז נאך דער קריג געווען ווי די מאמע פאר איבער הונדערט קינדער אין דעם נאך מלחמהדיגן פוילן וועלכע האבן זיך געראטעוועט פון די נאציס דורכן זיך באהאלטן אין בונקערס, וועלדער און מאנאסטירן און זענען געבליבן קיילעכדיקע יתומים.

דאס בוך איז ארגינעל געשריבן געווארן דורך איר אין פויליש און איז איבערגעזעצט געווארן אויף יידיש דורך לייב אָליצקי, און ארויסגעגעבן געווארן דורך פארלאג "מנורה" אין תל אביב אין יאר התשכ"ב.

דאס בוך איז צעטיילט אין צוויי טיילן. די ערשטע טייל שילדערט א ביסל פון אירע איבערלעבענישן דורכױס די קריג, און די צווייטע באפאסט זיך ווי אזוי זי האט געקעמפט צו שאפן די נויטיקע מיטלען און נויטריענטן צוריק צוברענגען צו די מיטגעמאכטע קינדער זייער מענטשלעכקייט פיזיש און גייסטיש כדי צו קענען עטוואס פארגעסן די געפערלעכע צרות וואס זיי זענען אדורך און אנהויבן א ניי לעבן.

אנגעהויבן האט זי אין די יודישע קאמיטעט אין קראקע, דערנאך האט מען זיך אריבערגעצויגן צום קור-ארט זאַקאָפּאַנע. אבער צוליב די כוואליע פון אנטיסעמיטיזם וועלכע האט דאן געהערשט אין פוילן, האבן זיי געשווערצט די גרעניץ קיין טשעכיי און פון דארט קיין פראנקרייך ביז ביי די ענדע האט מען זיי ארויפגעברענגט צו זייער נייער היים קיין ישראל.

עס אנטהאלט אויך אן הקדמה פון רחל בן-צבי ינאית די פרוי פונעם דעמאלטדיגן מלוכה פרעזידענט אין א"י.

דאס ביכל אנטהאלט זעקס-הונדערט דריי-און-פערציג זייטן.

                                     

1. פרעסע אפרופן

דאס ביכל האט בשעתו געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג און איז גאר שנעל אויספארקויפט געווארן. אט איז טייל פון די אפשאצונגען דאן אין די דעמאלטדיגע פרעסע:

  • חרות - "מיינע 100 קינדער" האבן געמאכט א קאלסאלן רושם אויף אלע לייענער אין ישראל.
  • מעריב - דאס בוך "מיינע 100 קינדער" ווערט געלייענט אין גרויסער שפאנונג.
  • הצופה - דאס איז דער מוסטער-בוך צווישן אלע ביכער וואס זענען געשריבן געווארן איבער דער פארניכטונגס-תקופה.
  • אפריקאנער יודישער צייטונג - די מאמע פון הונדערטער קינדער. א לעבן פון גבורה, סכנה און גוטסקייט.
  • די וואך - דאס בוך איז אנגעלאדנט מיט אויפרייס מאטעריאל. עס רייסט אויף ביז אין די טיפענישן.
  • הספר בישראל - דאס בוך "מיינע הונדערט קינדער" שטייגט איבער פון מענטשליכן און נאציאנאל-יודישן שטאנדפונקט די עפאפייע פון אנא פראנק.
  • דבר הפועלת - ביז איצט איז נאכנישט דערשינען אזא קונסטווערק פון אזא ברייטן פארנעם.
  • דבר - דאס בוך דארף איבערגעזעצט ווערן אויף אלע וועלט-שפראכן.
  • טאג מארגנזשורנאל - דאס איז א גרויס און דערשיטערנדיג בוך, אן עפאפייע פון מוראדיגסטן קאפיטל פון אונזער געשיכטע. א ספר וואס וועט בלייבן לדורות און געלייענט ווערן דורך דורות.
  • הארץ - פאר אונז ליגט א בוך, וואס דערציילט פון העראָאישע מעשים.
  • הפועל הצעיר - א גרויסע און דערהויבענע פעדאגאגישע פאעמע, וואס דארף זיך געפונען אין יעדע יודישע שטוב.
  • על המשמר - א ווערק פון גבורה און מוט.
  • לעצטע נייעס - דאס בוך איז א פארכאפנדיגער און אויפטרייסלנדיגער דאקומענט, וואס פארשלינגט דעם ליינער מיט זיין דראסטישקייט און גרעניצלאזער צארטקייט.
  • קול ישראל - לענא קיכלער-זילבערמאן ווערט פארגליכן מיט יאנוש קאָרטשאַק
  • היימיש אויסגאבע - לענא קיכלערס בוך איז א שילדערונג פון געוואלדיגן מענטשליכן כח אין קאמפף פארן לעבן און אידעאליזם, ביים העלפן ראטעווען קינדער.
  • ידיעות אחרונות - סאיז אן אויסנאם בוך פון מסירות נפש און מאמע ליבע אהן א סוף.
                                     
  • אפגעבן מיט זיי. זי האט באשריבן איר געשיכטע אין פויליש, מיטן נאמען מיינע הונדערט קינדער וועלכע איז דערנאך איבערגעזעצט געווארן אין פילע שפראכן ווי העברעאיש
  • חלק דערין פונקט ווי אלע מיינע אנדערע ברידער פרקי דר א פ א, בר ר פמ ב, אדר נ די גמרא זאגט אז ער האט געהאט זייער שיינע קינדער וויבאלד ער האט זיך געפירט
  • המעשה דעריבער דעם פרייטאג צו נאכטס האב איך מיך אליין געמאכט א חשבון פון אלע מיינע מעשים וואס איך האב געטוהן א גאנצע וואך האב איך ליידער געזען אז דער חשבון
  • ליגענט. ער האט געזאגט איך האב גענוג פון מיין ווייב דערמיט וואס זי ערציט מיינע קינדער און זי איך מיך מציל פון זינדיגן. רב האט זיך געפירט ווען ער איז אנגעקומען
  • צוואנציגער יארן איז כמעט נישט דא, אבער איך בין אויסגעארבעט אינגאנצן, אלע מיינע תאוות זענען צובראכן. צום סוף האט ער געזאגט ער דערצו האט ער זוכה געווען דורך
  • זעבעציג יאהר אלט, ו ל א ז כ ית י, איך האב נישט זוכה געווען צו קענען מנצח זיין מיינע חברים, ש ת א מ ר י צ יא ת מ צ ר י ם ב ל ילו ת, אז דער חוב פון דערמאנען