ⓘ יידישע ביאגראפיע שטומף ..

אברהם אזולאי (מנדלבוים)

אברהם אזולאי איז געווען דער בויער און גרינדער פון דער נווה שלום געגנט אין תל אביב און בויער און גרינדער פון דער מאה שערים קוואַרטאַל אין תל אביב.

אליעזר אדלער

ר אליעזר אדלער איז געווען דער מייסד פון דער יידישער קהילה אין גייטסהעד. ער איז געבוירן אין סטאניסלאוו. אליעזר איז געווען פון א רייכער משפחה. ביי אכט יאר אלט האט ער פארלוירן זיין טאטע, און מיט דעם האט זיך געענדיגט די פרנסה. ביי 14 יאר האט ער מחליט געווען צו העלפן זיין מאמע און די משפחה מיט פרנסה, איז ער געפארן צו זיין עלטסטן ברודער מאיר, וואס האט געפירט א באנק אין גאלאץ, ראמעניע, בתנאי אז ער דארף נישט ארבעטן שבת. למעשה האבן זיי געפאדערט צו ארבעטן שבת, איז ער אין יאר תר"ם געפארן קיין ליווערפול, ענגלאנד. אזוי ווי סנישט געווען קיין יידישקייט דארטן איז ער געפארן קיין ניוקאסל דארט האט ער געזען א ...

ש. אנ-סקי

ש. אנ–סקי איז דער פּען־נאָמען פון שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, וואָס איז געווען אַ יידישער פאָלקלאָריסט, סאָציאַליסט, געזעלשאַפטלעכער טוער, דראַמאַטורג און שרייבער. זיינע ווערק האָט פּובליקירט אויף יידיש און רוסיש. אין דער וועלט איז מערסטנס באַוואוסט אַלס דער מחבר פון דער דראַמע "צווישן צוויי וועלטן, אָדער דיבוק" און פון דער ליד "די שבועה", וואָס איז געוואָרן דער הימן פון בונד.

יוסף אשכנזי

ר יוסף אשכנזי איז דער גבאי און נאמן בית פון ערשטן סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים. ער איז א זון פון ר שרגא פייבוש אשכנזי וועלכער איז געווען דעם רבינס גבאי אין סאטמאר, רומעניע. נאך דער פטירה פון סאטמארער רבי האט ער געעפנט א ביהמ"ד נעבן זיין הויז אין קרית יואל - קהל מהר"י אשכנזי טאלטשווא נאך זיין זיידע רבי יואל אשכנזי, טאלטשעווער רב.

יעקב יוסף הערמאן

יעקב יוסף הערמאַן איז געווען א חרדישער אמעריקאנער ייד און א פיאנער פון חרדישע יידנטום אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. ער איז געווען באוואוסט ווי א גרויסער מכניס אורח, און האט געהיטן כשרות און יידישקייט שטרענג אין א תקופה ווען רוב יידן האבן נישט געהאלטן דערביי. רבי ברוך בער פון קאמעניץ האט אים גערופן דעם "חפץ חיים פון אמעריקע". זיין טאכטער רוחמה שיין האט געשריבן זיין ביאגראפיע אין דעם בוך אלץ פארן בעל-הבית.

זלמן ווידער

זלמן ווידער איז דער רעדאקטער פון דער אינפארמאציע ליניע קול מבשר און וועבזייטל אידיש 24 ער וואוינט אין וויליאמסבורג, און איז א סאטמארער חסיד, אבער דערווייל ווייסט נאך קיינער וואס סאיז זיין שטעלונג אויף קול מבשר אין אומבאלאנגט זאלי און ארוני. אבער ער מישט זיך נישט אין קיין פאליטיק אין שטייט זייער ווייט פין דעם און נאר אזוי האט ער מצליח געווען אזוי שטארק ער איז א צוריקגעצויגענער און א באשיידענער מענטש, דאווענט אין גאלאנטער בית המדרש און פארברענגט רוב פונעם טאג אין זיין סטודיא, ער האט געלערנט אין בורשטינער ישיבה, און ער איז אויך א תלמיד פון רבי יצחק לעבאוויטש, וואודרידזשער רב.

                                     

ⓘ יידישע ביאגראפיע שטומף

  • פ ארטי, אין א יידישע משפחה אין פיעמאנטע. אין 1877 האט ער חתונה געהאט מיט עליסא סעגרע. ביאגראפיע פון דזשוסעפע אטאלענגי אויף ענגליש ביאגראפיע פון דזשוסעפע
  • פאלגאר געווארן גראדירט צענט אין דער וועלט מיט א פעאיגקייט מאס פון 2675. ביאגראפיע פון יהודית פאלגאר Hooper D. and Whyld K. The Oxford companion to chess
  • אוריסגעגעבן א העפט קעגן אסימילאציע. אויפן נאמען פון אלישע בן אבויה, באקאנט אין ש ס מיטן נאמען אחר מיכאל קינטאפ, נתן בירנבוים. ביאגראפיע טיבינגען, 1990
  • פינעף - און - צוואנציג מוזיק אלבא מען, פאר קינדער און פון יידישע לידער. די מעדזשיק אף חנוכה א יידיש דילייט יידישע לידער פון די האלאקאסט יידיש מיט קלעזמער פאר אייביג
  • גערופן דעם חפץ חיים פון אמעריקע זיין טאכטער רוחמה שיין האט געשריבן זיין ביאגראפיע אין דעם בוך אלץ פארן בעל - הבית. הערמאן איז געווען א גרויסער מכניס אורח
  • לאה פ ארסטער איז א פרומע יידישע קאמיקער און זינגערין אין ניו יארק. זי שפילט און זינגט נאר פאר פרויען און מיידלעך. אויך איז זי א לערערין פון ענגליש. לאה
  • בא רברא סטרײסענד Barbra Joan Streisand איז א יידישע זינגערן. זי האט זיך באקאנט געמאכט מיטן אקטען אויף פידלער אויפן דאך. אלס פיצל קינד פון פופצן חדשים
  • א יז אן עסטרייכער סוחר און דער פ רעזידענט פ ון דער ווינער יי דישער קהילה. זייט 2012 איז ער דער פירער פון דער פעדעראציע פון יידישע געמיינדעס אין עסטרייך.
  • פאפולערסטער פראדוצירער. זיין יידישער נאמען איז שמואל שפילבערג, ער איז געבוירן צו יידישע עלטערן, שנת תש ז, אין סינסינעטי, אהאיא. איינע פון די בעסטע פילמען, פונעם
  • ד ר דזשעקיל און מיסטער הייד און דער פאנטאם פון דער אפערע און אויך יידישע איבערזעצונגען פון פאפולערע ערציילונגען, ווי פון יצחק באשעוויס זינגער און
  • גרופע קעגן ישראל דיקע בירגער, אדער יידן איבער דער גארער וועלט, ווי אין ארגענטינע, אין די באמבע אויפרייס אין בוענאס איירעס, אין די יידישע געמיינדע צענטער.
  • וויטעבסק, רוסלענדישע אימפעריע, איצט אין װײ סרוסלא נד א שטאט מיט 50 יידישע איינוואוינער, א לס משה שא גא ל אין די רוסישע דא קומענטן: מא װשא כא צקעלעװ
                                     

אברהם ווילנער

רבי אברהם ווילנער, איז געווען א זון פון דעם ווילנער גאון. ער האט ארויסגעגעבן דעם מדרש אגדת בראשית פון זיין פאָטער׳ס שריפטן אין מיטאַרבעט מיט זיין ברודער לייב.

                                     

דזשוסעפע אטאלענגי

דזשוסעפע אטאלענגי איז געווען א יידישער־איטאליענישער זעלנער און פאליטיקער. ער האט געדינט ווי א סענאטאר און קריגס מיניסטער. אטאלענגי איז געבוירן צו זיין פאטער אהרון און זיין מוטער זשענטילא-אסתר פֿארטי, אין א יידישע משפחה אין פיעמאנטע. אין 1877 האט ער חתונה געהאט מיט עליסא סעגרע.

                                     

יעקב באכמאן

יעקב באכמאן איז געווען אויבערקאנטאר און קאמפאזיטאר אין לעמבערג און דערנאך אינעם ראמבאך טעמפל אין בודאפעסט. ער איז געווען פון די בארימטע חזנים בשעתו און זיינע קאמפאזיציעס זענען געווען ברייט בארימט. אינעם הצפירה פון ח תמוז התרל"ח טרעפן מיר אז דער קייזער פראנץ יאזעף האט אנגענומען עטליכע טרויער-לידער וועלכע ער האט ספעציעל מחבר געווען צום טויט פון זיין טאטן פראנץ קארל.

                                     

בנציון בלום

בנציון בלום איז דער מנהל פון דער סאטמארער ישיבה ״ויואל משה״ אין מאנסי. זייט ער האט איבערגענומען די ישיבה פאר עטליכע יאר צוריק, האט ער זי איבערגעדרייט אלס איינע פון די שענסטע ישיבות פון מאנסי. אין יאר תשע"ז-2017, האט די ישיבה אונטער זיין פירערשאפט זיך אריינגעצויגן אין איר איבערגעבויעטן בנין אויף 214 מעיפל עוועניו.

                                     

יצחק לייב גאלדבערג

יצחק לֶיְבּ גאלדבערג גערופן הנדיב הלא ידוע איז געווען א ליטווישער יידישער פילאנטראפ און אקטיוויסט וועלכער האט פיל געארבעט פאר דער ציוניסטישער באוועגונג און פארן בויען ארץ ישראל. חיים נחמן ביאליק האָט געשריבן וועגן אים דאָס עפנטלעכע ליד אין דער שורה "יְהִי חֶלְקִי עִמָּכֶם, עַנְוֵי עוֹלָם, אִלְּמֵי נָפֶש".

                                     

משה גרילאק

רבי משה חיים גרילאַק איז א שרייבער און דער רעדאקטאר פון משפחה און איז א גרויסער רעדנער און שרייבער צו פארטיידיקן און פארליבן אידישקייט אויף אלע פרייע אידן. ער האט געלערנט אין קול תורה, און אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק.

                                     

יצחק מאיר העלפגאט

יצחק מאיר העלפגאט געבוירן תשכ"ח אין בני ברק, איז א פאפולערער חסידישער חזן, א גערער חסיד, אויפגעוואקסן אין די גערער ישיבות, נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין אשדוד. ער איז געווען דער הויפט חזן אין פראנקפורט. היינט איז דער חזן אין דער צענטראלער שול אין מאנהעטן און ער וואוינט אין בארא פארק. העלפגאט האט זיך צוגעריבן אין חזנות ביי די חזנים נפתלי הערשטיק, יצחק אשל און שמואל ברוך טאובה. ער איז א פלימעניק פונעם בארימטן חזן ר חיים אדלער.

                                     

דוד וואלפסאן

דוד וואלפסאן איז געוועזן דער פירער פון דער אלוועלטליכער ציוניסטישער באוועגונג נאך בנימין זאב הרצלס טויט. חיים ווייצמאן, האט אים איבערגענומען.

                                     

דוד זאריצקי

דוד זאריצקי איז א באקאנטער חרדישער שרייבער, פון די ביסל געבליבענע אלטע שרייבער פונעם אמאליגער אייראפע און פון איר חורבן איבערלעבער. א גאר טיפע און ווארימער שרייבער, מיט היימיש חסידישע השקפות און געפילן. ער האט געלערנט אין דעם חפץ חייםס ישיבה אין ראדין. ווען זאריצקי האט אויסגעלייגט א ארטיקל, האט ער געמאכט ביימער שמועסן, וואסער זינגען, און דעם דומם אטעמען.

                                     

ישראל זופניק

ר ישראל זופניק איז געווען א חסידישער סאטמארער פילאנטראפ וואס האט געהלאפן אויפבויען די סאטמארער דינאסטיע אין ניו יארק, ער האט פינאנצירט פארשידענע פראמינענטע סאטמארער פראיעקטן אין ניו יארק און אין ארץ ישראל. זיינע באשעפטונגען זענען געווען מיט בוימל. ער האט פאר די קריג געהאט א ווייב מיט זעקס קינדער, וועלכע זענען אלע אומגעקומען. ער האט נאך די קריג נאכאמאל חתונה געהאט, אבער איז נעבעך געשטארבן קינדערלאז.