ⓘ ייווא. ייִוואָ איז אַן אינסטיטוציע געווידמעט דער פֿאָרשונג און פֿאַרהיטונג פֿון דער קולטור, שפּראַך און געשיכטע פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום. ער איז געגרינדט געוואָ ..

                                     

ⓘ ייווא

ייִוואָ איז אַן אינסטיטוציע געווידמעט דער פֿאָרשונג און פֿאַרהיטונג פֿון דער קולטור, שפּראַך און געשיכטע פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום. ער איז געגרינדט געוואָרן אין ווילנע אין 1925. באַזונדערס וויכטיק זענען זײַנע אויפֿטוען אינעם תּחום פֿון דעפֿינירן אַ נאָרמירט ייִדיש און אַן איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג.

                                     

1. היסטאריע

ייווא איז געגרינדעט געווארן אין 1925 דורך אינטעלעקטואלע אידישע פיגורן, די באַקאַנטסטע פּון זײ מאַקס װײנרײך און זלמן רײזען. אין דער ערן־קאָלעגיע זײַנען פֿון אָנהײב געװען אַ סך חשובֿע מענטשן, למשל אלבערט איינשטיין און זיגמונד פרויד. ער איז געווען הויפט-קווארטירט אין ווילנע ביזן צווייטן וועלט קריג און זיך דאן אריבערגעצויגן קיין ניו יארק. די ארגינעלע ארכיוון זענען פארכאפט געווארן דורך די דייטשן וועלכע האבן זיי געברענגט קיין בערלין, וואו זיי זענען פארהאלטן געווארן און נאכן קריג געברענגט געווארן צו די ארכיוון אין ניו יארק.

                                     

2. די ארכיוון

דער ייִווא איז הויפטקווארטירט אין ניו יארק און האט אויך א וויכטיגן צענטער אין ארגענטינע. דער אינסטיטוט פארמאגט איבער 360.000 ביכער און פובליקאציעס אין צוועלף שפראכן. דאס רעכנט אויך אריין די ספעציעלע ווילנע פארזאמלונג וואס אנטהאלט 40.000 חלקים און 25.000 בענדער פון חידושי תורה ווערק פון רבנים און גאונים אנגעהויבן פונעם 16טן יאר-הונדערט.

די ייוו"א ארכיוון אנטהאלטן איבער 23.000.000 דאקומענטן, ביכער, פילמס, קונסטווערק, רעקארדס, מוזיק, און נאך. דאס איז דער גרעסטער פארזאמלונג פון מאטעריאל וואס דאקומענטירט דאס אידישע לעבן אין אמאליגן אייראפע און דאס אימיגראנטישע דורכלעבונג אין אמעריקע. ייוו"א פארמאגט טויזנטער ערשט-האנטיגע באריכטן פון שואה פליטים; געמיינדע דאקומענטן פון די אידישע געטאס אין ווארשע, לאדז, און ווילנע; איבער 750 יזכור ביכער פון אידישע געמיינדעס אין פּוילן און די ארומיגע לענדער; אוטוביאגראפישע ווערק פון הונדערטער אמעריקאנער יידישע אימיגראנטן; און דער גרעסטער פארזאמלונג פון יידיש מוזיק און טעאטער שפילן אויף דער וועלט.

                                     

2.1. די ארכיוון באזוכערס

יעדעס יאר קומען באזוכן אין די ייווא ארכיוון מער ווי פיר טויזנט פארשערס, לערערס, סטודענטן, קונסט ארבעטערס, שרייבערס, פילמער, היסטאריקערס, און סתם אינטערעסירטע יחידים.

ייווא געפינט זיך היינט אין דעם צענטער פאר ייִדישער היסטאריע, ביי Fifteen West 16th street אין ניו יארק.

                                     
  • אויסלייג און ארויסרייד צו סיי וואסערע יידישן דיאלעקט לויט די כללים פון ייווא דער אנגענומענער סטאנדארט יי דיש איז הײ נט באנוצט ווייניגער ווי דער אלגעמיינער
  • א מדבר ייווא אויסלייג: מידבר איז א לאנדשאפט פארעם וואו עס רעגנט גאר ווייניג. עס דארף נישט זיין א זאמדיג ארט. נאר 20 פון די מדבריות אין דער וועלט זענען
  • יום טוב ים אונטן איז דער א נװײ ז די בוך מיין קאמפף איז דערשינען געווארן. ייווא אינסטיטוציע איז געגרינדעט. י ח טבת - שלמה קארליבאך. יארן אין יידישן לוח
  • און אזעלכע האבן געשריבן ווי אין די אנדערע שפראכן מיט פינטלעך. לויט די ייווא שרייבט מען אויך אויף יידיש אזוי ווי אויף לשון - קודש מיט אויבערשטרעכעלעך.
  • נא מבערג, הערש דוד אין דער יי דישער פ א לקס ענציקלא פ עדיע בא נד 2 1949 ווא ס איז הײ נט אינעם רשות הרבים. נא מבערג, הערש דוד ייווא ענציקלאפעדיע
  • אותיות. די תורה איז געשריבן מיט א ב, און אויב פעלט נא ר איין אות, טא ר מען לויט דער הלכה נישט מא כן קיין ברכה ביים עולה זיין. ביי ייווא מלופ ן ווא וו
  • היסטא ריקער פון ליטערא טור, א שרײ בער און זשורנא ליסט, פון די גרינדער פון דעם ייווא אינסטיטוט. געבוירן אין שטא ט קא ידענא װ, הײ נטצוטא ג אין בעלא רוס. זײ ן
  • זיין ארבעט פארן ייווא ער האט צוגעשיקט וויכטיקע מאטעריאלן וועגן דעם יידישן לעבן אין סקאנדינאוויען. דעם וויכטיקסטן ארכיוו וואס דער ייווא פארמאגט וועגן
  • אין דער יידישער שפראך לייגט מען ניט קיין שטריכעלעך, ווי למשל: תנך, שס, ייווא אאז וו. עס זיינען דא אזעלכע בעיקר ביי די חסידים וואס שרייבן פינטלעך אנשטאט