ⓘ אסיפ ראבינאוויטש. יוסף ראַבינאָוויטש 14טן יאנואר 1817 – 16טן אקטאבער 1869 איז געווען אַ רוסיש-שפּראַכיקער ייִדישער שריפטשטעלער, וועלכער איז באַטראַכט אַלס איינע ..

                                     

ⓘ אסיפ ראבינאוויטש

יוסף ראַבינאָוויטש 14טן יאנואר 1817 – 16טן אקטאבער 1869) איז געווען אַ רוסיש-שפּראַכיקער ייִדישער שריפטשטעלער, וועלכער איז באַטראַכט אַלס איינער פון די גרונטלייגער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף רוסיש און איינצײַטיק - פון דער אָדעסער ליטעראַרישער טראַדיציע. אָסיפּ ראַבינאָוויטשעס שאַפונג האָט באַדײַטנדיק משפּיע געווען אויף שפּעטערדיקע ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, בתום אויף שלום-עליכמען.

אָסיפּ ראַבינאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאָבעליאַקי אין תחום-המושב פון דער רוסלענדישער אימפּעריע איצט – אין באַשטאַנד פון דער פּאָלטאַווער געגנט פון אוקראַיִנע אין אַ פאַרמעכלעכער משפּחה. ער האָט באַקומען אַלגעמיינע און ייִדישע בילדונג. אַסיפּ ראַבינאָוויטש זיך געלערנט אויפן מעדיצין-פאַקולטעט פונעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט, אָבער ער האָט ניט פאַרענדיקט אים צוליב מאַטעריעלע שוועריקייטן. אין 1845 איז דער קומענדיקער שרײַבער געקומען קיין אָדעס, וווּ ער איז געוואָרן אַן אַדוואָקאַט.

אָסיפּ ראַבינאָוויטש האָט דעביוטירט אַלס ליטעראַט, איבערזעצט אין 1847 פון העברעיִש אין רוסיש יעקב אייכענבאַומס פּאָעמע "הקרב". דערנאָך האָט ער געשריבן איבערהויפּט פּראָזע. די גרעסטע פּאָפּולערקייט האָט אים געבראַכט זײַן גרעסער דערציילונג "געשיכטע וועגן דעם, ווי רב חיים שלום פייגיס האָט געוואַנדערט פון קעשענעוו קיין אָדעס, און וואָס האָט מיט אים פּאַסירט 1865. אָסיפּ ראַבינאָוויטש איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם ערשטן ייִדישן זשורנאַל אויף רוסיש "ראַססוועט" "Рассвет", וועלכער איז דערשינען אין אָדעס אין 1860 – 1861.

אָסיפּ ראַבינאָוויטש איז געשטאָרבן אין מעראַן, עסטרײַך-אונגאַרישע אימפּעריע איצט איטאַליע.

                                     

1. וועבלינקען

  • וועלוול טשערנין, "אַ סך זאַכן האָט רב חיים שלום אפילו ניט פאַרשטאַנען": יידיש אַלס סובסטראַט פון אָסיפּ ראַבינאָוויטשעס רוסישער שפּראַך אויף רוסיש
  • קאָנסטאַנטין באָברישטשעוו, "וויאַזוי איז ראַבינאָווישט פון קאָבעליאַקי געוואָרן דער באַשיצער פונען גאַנצן יידנטום" אויף רוסיש