ⓘ יהושע פערלע. אין אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז פּערלע מיט זײַן זון און שנור אַנטלאָפֿן פֿון װאַרשע קײן לעמבערג, װוּ עס איז געװען אַ גרעסערע גרופּע פֿון ..

                                     

ⓘ יהושע פערלע

אין אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז פּערלע מיט זײַן זון און שנור אַנטלאָפֿן פֿון װאַרשע קײן לעמבערג, װוּ עס איז געװען אַ גרעסערע גרופּע פֿון ייִדישע שרײַבער. דאָרטן האָט ער פֿאַרברענגט אַ רויִקע צײַט אַפֿילו אױב ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן אױף פּראָבלעמען מיט דער סאָװעטן־מאַכט צוליב זײַנע בונדיסטישע שריפֿטן. װען די נאַציס זענען באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז פּערלע צוריק קײן װאַרשע, װוּ ער האָט זיך באַטײליקט אין װאַרשעװער געטאָ אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפֿטשטעלערישע טעטיקײטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זײַדמאַן, יצחק קאַצענעלסאָן אד"גל. עמנואל רינגעלבלום האָט אים אַרײַנגעצױגן צו שרײַבן פֿאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיװ, "עונג־שבת".

אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן װאַרשע", אַ טאָגבוך און אַ כראָניק װאָס שילדערט די גרױזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרױסן גירוש אין זומער פֿונעם זעלביקן יאָר, װען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פֿאַרשיקט 260000 אײַנװױנער פֿון געטאָ קײן טרעבלינקע. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די װיכטיקסטע עדותשאַפֿטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580" איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפֿטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פֿאַררופֿט זיך אױף די נומערן װאָס די אײַנװױנער אין װאַרשעװער געטאָ האָבן באַדאַרפֿט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" װאַרשטאַטן אין געטאָ. די אַרבעט איז געװען דער אײנציק מעגלעכער מיטל אױסצומײַדן די באַלדיקע פֿאַרשיקונג. פּערלע און זײַן זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פֿון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַרישער זײַט פֿון װאַרשע מיט פֿאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זײ געהאַט אַ לעצטע האָפֿענונג צו אַנטלױפֿן פֿון פּױלן האָטעל פּאָלסקי אַפֿערע, אָבער פֿאָטער און זון זענען פֿאַרשיקט און אומגעבראַכט געװאָרן אין בירקענוי 1943 אָדער 1944.

אַחוץ "חורבן װאַרשע", "4580" און "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס װערק ביז אױפֿן הײַנטיקן טאָג קױם געפֿאָרשט.

                                     

1. ביבליאָגראַפֿיע

  • גילגולים, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939
  • אונטער דער זון, װאַרשע: ברידער לעװין עפּשטײן און שותּפֿים, 1920
  • אין לאַנד פֿון דער װײַסל, װאַרשע: די צײַט, 1922
  • די גילדענע פּאַװע: ראָמאַן אין צװײ טײלן, טײל 1, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 WorldCat
  • זינד: נאָװעלן, װאַרשע: אַלט-יונג, 1923
  • נײַן אַ זײגער אין דער פֿרי: נאָװעלן, װילנע: קלעצקין, 1930