ⓘ טאנץ ..

מצווה טאנץ

די מצוה פון טאנצן פאר א כלה און דעם טאג פון איר פארהיירונג, כדי זי צו דערפרייען. חז"ל אז עס איז א גרויסע מצוה, ווי עס שטייט, כיצד מרקדין לפני הכלה, כלה נאה וחסודה. ביי חסידים, איז דער מנהג, נאך דער פארהיירונגס צערעמאניע, טוט א ספעציעלער מענטש געווענדליך געדינגען פאר געלט, וואס האט דעם טאלאנט פון זאגן וויצן און אויך זינגען מיט גראמען, טוט אויסרופן די נאנטע פאמיליע און איז מכבד צו טאנצן. מען טאנצט פאר דער כלה ווען מען האלט איין עק פון א גארטל, און די כלה האלט די צווייטן עק. נאך דעם טאנצט מען מיטן חתן. דער פאטער פון דער כלה טאנצט מיט זיין טאכטער ביי די הענט, און אויך דער חתן אליין.

פלאמענקא

פֿלאַמענקא איז א זשאנער פון געזאנג, מוזיק און טאנץ וואס איז פאפולער אין שפאניע. ער שטאמט פון די ציגיינער אין אנדאלוזיע, שפאניע. ביי פלאמענקא שפילט מען א גיטאר, מען זינגט, פאטשט די הענט, צעטרעט די פיס און מען שפילט קאסטאניעטן.

                                     

מאטאמוערטע

מאַטאַמוערטע איז אַ טראדיציאנעלער גאַרינאַגוער טאַנץ.זי איז געפֿונען אין דער גאַריפונאַ קולטור אין צענטראל-אמעריקע, ספּעציעל האָנדוראַס און בעליזע. דער טאַנץ ווערט געטאנצט מיט אַ הינטערגרונט פון פויקן. מאַטאַמוערטע איז אַ שפּאַסיקער טאַנץ וואס גיט אריבער א בילד פון מענטשן קומענדיק אַריבער אַ גוף אויף אַ פּלאַזשע און שטעכן עס צו זען צי עס איז טויט אָדער לעבעדיק. מאַטאַמוערטע קען זיין איבערגעזעצט פֿון שפּאַניש בערך ווי "טויט הרגעט".

                                     

מאיא פּליסעצקאיא

מאַיאַ פּליסעצקאַיאַ - געבױרן דעם 20סטן נאָװעמבער 1925 אין מאָסקװע. מאַיאַ פּליסעצקאַיאַ איז אַ רוסישע און סאָװעטישע באַלעט-טענצערין פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אײנע פֿון די סאַמע פּראָמינענטע באַלערינעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.