ⓘ יידישע אויטאנאמע געגנט ..

יידישע אויטאנאמע געגנט

די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט איז אַ געגנט אין רוסלאנד. עס איז געגרונדעט געווראען אין יאר תרצ"ד אלס א יידישער שטח. די אפיציעלע שפראכן זענען רוסיש און יידיש.

אמורזעט

אַמורזעט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טײַך אַמור, 180 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. עס איז פאַרבונדן מיט אַ שאָסיי מיטן דאָרף ביראָפעלד פונעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן. דאָס דאָרף אַמורזעט איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער מיט דער הילף פון דער אָרגאַניזאַציע "געזערד" און אָנגערופן געוואָרן "אַמורזעט", ווײַל דאָס וואָרט שטעלט מיט זיך פאָר רוסישע ראשי-תיבות פון די ווערטער "אַמורער ייִדישע ערד-געזעלשאַפט. אין 1930 איז אינעם דאָרף געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "רויטער אָקטיאַבער". אין 1933 איז אין אַמורזעט דורך אַ נײַער גרופּע יידישע איבערוואַנד ...

זארעטשנאיע

זארעטשנאָיע איז א דארף אינעם אָבלוטשיער ראיאן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אויף דער גרענעץ מיט דער אמורער געגנט פון דער רוסלענדישער פעדעראציע. עס געפינט זיך אויפן רעכטן ברעג פונעם טייך כינגאן, 32 קילאמעטער פון דער שטאט אָבלוטשיע. לויט די אנגאבן פון 2010 באטרעפט די באפעלקערונג פון זארעטשנאיע 152 נפשות.

סמידאוויטש

סמידאָוויטש איז געגרינדעט געוואָרן אין 1910 אונטערן נאָמען "אין" אַלס יישוב בִײַ דער אײַזנבאַן סטאַנציע, וואָס האָט דעמאלט געטראָגן און טראָגט ביז איצט דעם זעלבן נאָמען. אין 1934 איז דער נאָמען פונעם יישוב געביטן געוואָרן אויף סמידאָוויטש לויטן נאָמען פונעם באָלשעוויסטישן פּאַרטיי-טוער פּיאָטער סמידאָוויטש 1874 – 1935, וועלכער האָט צווישן אַנדערס פאַרנומען דעם פּאָסטן פונעם פאָרזיצער פון דעם מלוכה-קאָמיטעט פאַר ערד-אײַנאָרדענונג פון די ייִדישע אַרבעטנדיקע קאַמזעט. אין דעם זעלבן יאַר איז דער יישוב געוואָרן דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פונעם נײַ-געשאַפענעם סמידאָוויטשער ראַיאָן פון דער ייִד ...