ⓘ טענעריפע אוידיטאריע. טענעריפֿע אוידיטאריע איז אַן אָפּערע הויז אין דער שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, קאנארישע אינזלען, שפאניע. עס איז געבויט געווארן צווישן 1997 ..

                                     

ⓘ טענעריפע אוידיטאריע

טענעריפֿע אוידיטאריע איז אַן אָפּערע הויז אין דער שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, קאנארישע אינזלען, שפאניע. עס איז געבויט געווארן צווישן 1997 און 2003 און איז געפלאנעוועט געווארן דורך דעם שפּאַנישן אַרכיטעקט סאַנטיאַגאָ קאַלאַטראַוואַ. דער בנין ווערט גערעכנט א סימבאל פון סיי די שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, סיי דעם אינזל טענעריפע און די קאַנאַרישע אינזלען. עס איז אויך געהאלטן איינער פון די וויכטיקסטע בנינים פון הייַנטצייַטיקן ארכיטעקטור אין שפאניע און די וועלט.

28°27′21.84″N 16°15′4.6″W