ⓘ מאטראס. א מאַטראס אדער מאַטראז איז איינער וואס ארבעט אויף א שיף וואס פארט אויפן וואסער, סיי אויף א האנדלשיף סיי אויף א מיליטערישער שיף. מאטראסן דינען אויף א שיף ..

                                     

ⓘ מאטראס

א מאַטראס אדער מאַטראז איז איינער וואס ארבעט אויף א שיף וואס פארט אויפן וואסער, סיי אויף א האנדלשיף סיי אויף א מיליטערישער שיף.

מאטראסן דינען אויף א שיף פאר לאנגע רייזעס וואס קענען דויערן עטלעכע מאנאטן. אזוי ווי מען דארף ארבעטן אויף א שיף 24 שעהן אין טאג, ווערט דער טאג צעטיילט אויף זעקס וואכן, יעדערע איינער פון פיר שעהן. דער ערשטער וואך איז 12 ביז 4 פארטאגס, דער צווייטער פון 4 ביז 8 אינדערפרי, דער דריטער פון 8 אינדערפרי ביז 12 חצות, אא"וו.