ⓘ סעמיאן גאלדין. סעמיאָן גאָלדין איז אַ ישראלדיקער היסטאָריקער, אַ מומחה אויף דער געשיכטע פונעם פּוילישן און רוסלענדישן ייִדנטום. ..

                                     

ⓘ סעמיאן גאלדין

סעמיאָן גאָלדין איז אַ ישראלדיקער היסטאָריקער, אַ מומחה אויף דער געשיכטע פונעם פּוילישן און רוסלענדישן ייִדנטום.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

סעמיאָן גאָלדין איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט האָמעל. נאָך דער דינסט אין דער סאָוועטישער אַרמיי האָט ער אין 1984 אָנגעקומען זיך לערנען אינעם אוניווערסיטעט פון דער שטאָט איוואַנאָוואָ, רוסלאַנד. אין 1991 האָט ער באַקומען די M.A. דיפלאם לויטן פאַך "געשיכטע פון רוסלאַנד".

אין 1992 איז סעמיאָן גאָלדין עולה געווען קיין ישראל. ער האָט זיך געלערנט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אין 2005 פאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע אויף דער טעמע "דאָס רוסישע ייִדנטום אונטער דער צאַריסטישער מיליטערישער פאַרוואַלטונג בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה". זינט 2006 שטייט סעמיאָן גאָלדין בראש פונעם טשייז-צענטער פאַר ייִדישע שטודיעס אויף דער רוסישער שפּראַך בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער צענטער פירט אַ צעצווײַגטע אונטעריכטערישע אַרבעט אין אוניווערסיטעטן פונעם געוועזענעם ראַטנפאַרבאנד – אין מאָסקווע, פּעטערבורג, קיִעוו, מינסק, לעמבערג, אָדעס אא"וו. זינט 2008 איז סעמיאָן גאָלדין דער דירעקטאַר פון נעווזלינס פאָרשערישן צענטער פאַר רוסישן און מזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. ער וווינט אינעם ישוב כפר-אלדד אין מדבר-יהודה.

                                     

2. אויסדערוויילטע פּובליקאַציעס

  • Русская армия и евреи.1914-1917 די רוסישע ארמיי און די יידן. 1914 - 1917, "גשרי תרבות", מאסקווע - ירושלים, 2018
  • "הלאומיות ב"מכתבים על היהדות הישנה והחדשה" מאת שמעון דובנוב בהקשר הרוסי והפולני", ציון, גליון 3, 2112, עמ 317 – 340.
                                     

3. וועבלינקען

  • סעמיאָן גאָלדינס אַרטיקל "מאָדערניזאַציע, נאַציִאָנאַליזם און ייִדנטום אין מזרח-אייראָפּע אין 19טן - אָנהייב 20טן יאָרהונדערט" אויף רוסיש
  • וועגן סעמיאָן גאָלדינען אויפן וועבזײַטל פון נעווזלינס צענטער אויף ענגליש
  • סעמיאָן גאָלדין רעדט וועגן שלמה זנדס בוך "מתי ואיך הומצא העם היהודי?" אויף רוסיש