ⓘ יצחק מעראס. יצחק מעראַס איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קעלם אויפן צפון-מערב פון ליטע. זײַן משפּחה איז אומגעקומען אין 1941 בעת דעם ייִדן-חורבן, אָבער יצחק אַלי ..

                                     

ⓘ יצחק מעראס

יצחק מעראַס איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קעלם אויפן צפון-מערב פון ליטע. זײַן משפּחה איז אומגעקומען אין 1941 בעת דעם ייִדן-חורבן, אָבער יצחק אַליין איז געראַטעוועט געוואָרן דורך אַ ליטווישער פּויערישער פאַמיליע. נאָך אין זײַנע שול-יאָרן האָט יצחק מעראַס זיך געצויגן צו ליטעראַטור-אַרבעט און געשריבן אין דער אָרטיקער ליטווישער צײַטונג אין קעלם. אין 1958 האָט ער פאַרענדיקט דעם קאָוונער פּאָליטעכטישן אינסטיטוט לויטן פאַך "ראַדיִאָ-עלעקטראָניק", אָבער ער האָט אַלץ מער און מער פאַרנומען מיט ליטעראַטור. ער האָט געשריבן אויף ליטוויש, נאָר שוין זײַנע פריִע ווערק זײַנען געווידמעט געווען דער ייִדישער טעמע.

אין 1972 איז יצחק מעראַס עולה געווען קיין ישראל און זיך באַזעצט אין בת-ים. לאַנגע יאָרן, ביזן אַרויסגיין אויף דער פּענסיע האָט ער געאַרבעט אַלס לערער אין אַ מיטלשול, נאָר אויך אין ישראל האָט ער פאָרגעזעצט שאַפן אויף ליטוויש. אַ טייל פון יצחק מעראַסעס ווערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ייִדיש דער ראָמאַן "די אייביקע שאָך", וואָס איז פאַרעפנטלעכט געוואָרן אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", רוסיש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן. אין 2010 איז ער באַלוינט געוואָרן מיט נאַציִאָנאַלן פּרײַז פון ליטע פאַר זײַן שאַפונג אויף דער ליטווישער שפּראַך.

                                     

1. זײַנע ביכער

  • Sara: romanas. – Chicago: A. Mackaus knygų leidimo fondas, 1982.
  • Striptizas, arba Paryžius-Roma-Paryžius: romanas. – Southfield, Mich.: Ateitis, 1976.
  • Geltonas lopas: apsakymai / iliustr. Adasa Skliutauskaitė. – Vilnius: Valstybinė grožinės literatūros leidykla, 1960.
  • Ant ko laikosi pasaulis: romanas-baladė. – Vilnius: Vaga, 1965.
  • Žemė visada gyva: novelės. – Vilnius: Valstybinė grožinės literatūros leidykla, 1963.
  • Senas fontanas: apsakymai / iliustr. Vanga Gedmantaitė. – Vilnius: Vaga, 1971.
  • Du romanai. – Vilnius: Vaga, 1991.
  • giosios trunka akimirką: romanas – Vilnius: Valstbinė grožinės literatūros leidykla, 1963.
  • Mėnulio savaitė: romanas. – Vilnius: Vaga, 1971.
  • Sara: romanas. – Vilnius: "Baltų lankų" leidyba, 2008
  • Apverstas pasaulis: apsakymai. – Chicago: Mackaus knygų leidimo fondas, 1995.
  • Geltonas lopas: novelių apysaka. – 2-asis leidimas / iliustr. Adasa Skliutauskaitė. – Vilnius: Vaga, 2005.
  • Lygiosios trunka akimirką; Ant ko laikosi pasaulis. – Vilnius: Vaga, 1968.
  • Stotelė vidukelėj: apsakymai. – Vilnius: Lietuvos rašytojų sąjungos leidykla, 2004.
  • Lygiosios trunka akimirką; Ant ko laikosi pasaulis; Ties gatvės žibintu: trys romanai. – Vilnius: Lietuvos rašytojų sąj. leidykla, 1998.
  • Lygiosios trunka akimirką: romanas. – Vilnius: "Baltų lankų" leidyba, 2006.
  • Striptizas: romanas. – Vilnius: "Baltų lankų" leidyba, 2008.
                                     

2. וועבלינקען

  • יצחק מעראַסעס ביכער איבערגעזעצט אין העברעיִש -
  • וועגן יצחק מעראַסן אין דער עלעקטראָנישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע אויף רוסיש -
  • סאַוליוס סוזשיעדעליס, "יצחק מעראַס און דער ייִדן-חורבן: טעראָר און רעטונג אין דער הײַנטצײַטיקער ליטווישער ליטעראַטור" אויף ענגליש -
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →