ⓘ דוד המלך אדער דוד בן ישי איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן בתשנו - בתשצה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך. אי ..

הויפט זייט/ו סיון

בתתקכ"ה - נפטר געווארן פון דוד המלך. התק"ך - געבוירן הר"ר נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ בתמ"ח - די תורה איז געגעבן געווארן דעם טאג אויפן בארג סיני. התק"ך - נפטר געווארן דער הייליגער בעל שם טוב

תחכמוני

תַּחְכְּמֹנִי איז א ביבלישע פיגור, וועלכער איז געווען איינער פון די המלך דוד און לויט דער יידישער טראדיציע אויך דער ראש סנהדרין. די קאָמבינאַציע פון ​​אַ זעלנער מיט אַ תלמיד חכם - אַ קלאָר אִישׁ חַיִל תּלמיד געמאכט אים אַ יגזעמפּלערי פיגור. זיין נאָמען איז היינט גערופֿן שולן אין שטאַט רעליגיעז בילדונג - תחכמוני. אין דער רשימה פון העלדן וואָס האָבן געהערט צו מלך דוד שטייט געשריבן: אֵ֛לֶּה שְׁמ֥וֹת הַגִּבֹּרִ֖ים אֲשֶׁ֣ר לְדָוִ֑ד יֹשֵׁ֨ב בַּשֶּׁ֜בֶת תַּחְכְּמֹנִ֣י רֹ֣אשׁ הַשָּׁלִשִׁ֗י ה֚וּא עֲדִינ֣וֹ כתיב; העצנו הָֽעֶצְנִ֔י עַל־שְׁמֹנֶ֥ה מֵא֛וֹת חָלָ֖ל בְּפַ֥עַם כתיב; אחד אֶחָֽת שמואל ב כ"ג, ...

                                     

ⓘ דוד המלך

דוד המלך אדער דוד בן ישי איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן בתשנ"ו - בתשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר בתשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראלס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א פרק כ"ב

לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

                                     

1. זיין פאמיליע

  • זיינע פרויען: מיכל בת שאול המלך, אבישג השונמית, אחינועם, מעכה, חגית, אביטל, עגלה, בת שבע, אביגיל.
מיכל איז געווען די טאכטער פון שאול המלך איז צוערשט געווען ווייב פון דוד המלך. שפעטער האט אביגיל, די פרוי פון נבל וועלכע איז געשטארבן, חתונה געהאט צו דוד המלך. אין די עלטערע יארן האט מען אים צוגעשטעלט אבישג השונמית.
  • זיינע זין
  • זיינע ברידער: אליאב, אבינדב, שמעה, נתנאל, רדי, אצם
  • זיינע עלטערן: ישי. אן אייניקל בן אחר בן פון יהודה בן יעקב, דורך רות המואביה וועלכע האט חתונה געהאט צו בועז.
אמנון פון אחינועם דניאל אדער כלאב פון אביגיל. אבשלום און תמר פון מעכה (טאכטער פון תלמי מלך פון גשור. אדוניהו פון חגית שפטיה פון אביטל. שמעה, שובב, יתרעם פון עגלה יבחר, אלישוע, נפג, יפיע, אלישמע, אלידע, אליפלט, אלישמע, אליפלט, נגה, ירימות. שלמה המלך, שמוע און שובב און נתן פון בת-שבע.