ⓘ אנימאציע. אַנימאַציע איז א טעכניק פון מאכן א פילם פון א סך שטייאיקע בילדער. מען שטעלט די בילדער צוזאמען איינס נאך אנאנד, וואס מען שפילט גאנץ גיך צו שאפן אן אילו ..

                                     

ⓘ אנימאציע

אַנימאַציע איז א טעכניק פון מאכן א פילם פון א סך שטייאיקע בילדער. מען שטעלט די בילדער צוזאמען איינס נאך אנאנד, וואס מען שפילט גאנץ גיך צו שאפן אן אילוזיע פון באוועגונג. מערסטע אנימאציעס וועקן געשפילט מיט א גיך פון 24 ביז 60 בילדער יעדע סעקונדע. יעדע בילד ווערט איין ראם פונעם פילם.

מען ניצט אנימאציאס אין קינא, אויף טעלעוויזיע און אויף וועבזייטלעך.

א מענטש וואס מאכט אנימאציעס הייסט אן אַנימאַטאר.

סאיז פאראן דריי עיקרדיגע וועגן צו באשאפן אן אילוזיע פון א ריר:

  • סטאפ-מוישן: מען מאכט א מאדעל סצענע און ענדערט זי צו שאפן א ניי בילד ראם
  • עטלעכע קאמפיוטער פראגראמעס וואס זייער אויפגאבע איז העלפן צו באשעפן אנימאציע
  • מאלן יעדע ראם