ⓘ יידיש גליק, פילם, 1925. ייִדיש גליק איז אַ שטומער סאָוועטישער פילם, וועלכער איז געמאַכט געוואָרן אין 1925 לויט מאָטיוון פון שלום-עליכמס דערציילונגען. לכתחילה אי ..

                                     

ⓘ יידיש גליק (פילם, 1925)

ייִדיש גליק איז אַ שטומער סאָוועטישער פילם, וועלכער איז געמאַכט געוואָרן אין 1925 לויט מאָטיוון פון שלום-עליכמס דערציילונגען. לכתחילה איז דער טיטל פונעם פילם געווען "מנחם-מענדל".

                                     

1. סיפּור-המעשה

דער נאָמען פונעם הויפּט-פּערסאָנאַזש איז מנחם-מענדל.

דער פילם שילדערט די לאַגע פון ייִדישע אָרעמעלײַט אין תחום-המושב. די האַנדלונג אַנטוויקלט זיך אין בערדיטשעוו.

אין די ראָליעס

די ראָליעס אין דעם פילם פילן אויס אַקטיאָרן פונעם מאָסקווער ייִדישן קאַמער-טעאַטער שפּעטער – דער מאָסקווער ייִדישער מלוכה-טעאַטער:

  • ט.חזק – קימבאַק
  • משה גאָלדבלאַט - זלמן
  • תמר אַדעלהיים - ביילע
  • י.ראָגאַלער - אָשר
  • מיכאל לאָשאַק – מאָטעלע
  • שלמה מיכאלס – מנחם-מענדל
  • אַלכסנדר עפּשטיין – יאָסעלע
                                     

2. פילמירונגס-גרופּע

רעזשיסאר - אַלעקסיי גראַנאָווסקי

סצענאַר- אויטאָרן – גריגאָרי גריטשער-טשעריקאָווער, יצחק טענערעמאָ, באָריס לעאָנידאָוו

מחבר פון אונטערשריפטן – יצחק באַבעל

קינסטלערישע אויספורעמונג – נתן אַלטמאַן

אָפּעראַטאָרן – עדואַרד טיסע, וואַסילי כוואַטאָוו, נ.סטרוקאָוו

קאָמפּאָזיטאָר – לייב פּולווער

                                     

3. וועבלינקען

  • וועגן דעם פילם "ייִדיש גליק" אויפן וועבזײַטל "ענציקלאָפּעדיע פון רוסלענדישן קינאָ" אויף רוסיש
  • דער פילם "ייִדיש גליק" מיט רוסישע און ענגלישע אונטערשריפטן