ⓘ ספרי קודש ..

אבא גריון על מגילת אסתר

אבא גריון איז א מדרש אויף מגילות אסתר דאס האט געדרוקט דער משכיל שלמה באבער עס אנטהאלט דריי מדרשים, אסאך דערפון איז געדרוקט אין ילקוט שמעוני אויף מגילת אסתר, אבער מען קען טרעפן דערין עטליכע נייע זאכן.

אבני יהושע

דאס ספר אבני יהושע אויף פרקי אבות וועלכער איז נתחבר געווארן דורך רבי יהושע פאליק ב"ר מרדכי הכהן איז דער סאמער ערשטער ספר אין לשון הקודש וועלכער איז ארגינעל פארפאסט און געדרוקט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. עס איז געדרוקט געווארן אין ניו יארק התר"כ.

אגרת לנבוכים

אגרת לנבוכים איז א ספר וואס זיין צוועק איז מעורר צו זיין די א"י אידן צו האלטן מצות שמיטה. דאס ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך יצחק יחיאל הכהן גראס פון די פאראייניגטע שטאטן אין יאר תשי"ח ערב שנת השמיטה. ער האט עס געדרוקט אין ירושלים בדפוס ורדי. דאס ספר אנטהאלט צוויי און זיבעציג זייטן.

אגרת שלמה

אגרת שלמה איז א ספר וועגן דער פרוכטער משפחה, ארויסגעגעבן אין יאר תש"כ אין ירושלים, דורך ר שלמה פרוכטער, וואס האט אויך מחבר געווען די ספרים דברי שלמה און פרי שלמה. דאס ספר איז צוטיילט אויף צוויי חלקים: חלק א איז א ספר היוחסין פון די דריי ברידער שלמה פרוכטער, מרדכי שטערן און אברהם אדלער. אייניקלעך פון ר הערשעלע טשארטקאווער. דער צווייטער חלק באשטייט פון מוסר בריוון וואס ער האט געשריבן פון א"י צו זיין פאמיליע אין אמעריקע.

אהלי ברכה

אהלי ברכה איז א ספר אין צוויי חלקים: דער ערשטער חלק איז חידושי תורה אויף ש"ס און מועדים, און דער צווייטער טייל איז א מגילת יוחסין פון דעם מחבר, הרב יעקב דוד בנציון כ"ץ און זוהן פון דזשיבויער רב און איידעם ביי לאפושער רב. דער מחבר האט ארויסגעגעבן דאס ספר לכבוד זיין חתונה אום אסרו חג שבועות תשנ"ד. ס"ה אנטהאלט דאס ספר בערך 150 זייטן.

אוצר המדרשים

אוצר המדרשים האט געמאכט דער באקאנטער שרייבער און געלערנטער יהודה דוד אייזענשטיין. דער ספר איז צוויי בענדער און מסודר רוב מדרשים אויף סדר הא"ב, דאס הייסט די באקאנטע גרויסע מדרשים ברענגט ער נישט אראפ ער שרייבט נאר עטליכע כללים וואס ער האלט פאר וויכטיג מען זאל וויסן פון דעם מדרש, און די קליינע אומבאקאנטע מדרשים שרייבט ער אביסעל היסטאריא פון די מדרשים. עס איז מסודר דערין אסאך קליינע מדרשים וואס איז נישט בנמצא, ער האט עס צוזאמענגענומען פון דעם מדרש בית המדרש און פון נאך אלטע ספרים. דער ספר האט מען אויך געדרוקט מיט הגהות פון הרב חיים קאניעווסקי.

                                     

נועם המועדים

נועם המועדים איז א חסידישע ליקוט ספר אין לשון הקודש איבער די הייליגקייט פון די ימים טובים אן יומי דפגרא. עס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך רבי שמואל נטע אייזענבערגער פון שיכון סקווירא אין זומער פון יאהר תשס"א, געדרוקט און געבונדן ביי הוצאת ספרים אהל תורה. עס באשטייט פון צוויי בענדער. די ערשטע חלק נעמט ארום: פסח, די ספירה טעג, שבועות, אלול, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום כיפור, סוכות, הושענא רבה, שמיני עצרת און שמחת תורה אין א סך הכל פון דריי הונדערט צען זייטן.