ⓘ משה רייכמאן. משה יוסף רייכמן. יידישער-קאנאדער מיליאנער, פון די אייגנטימער פון Olympia & York אומבאוועגלעכע גיטער פירמע. ..

                                     

ⓘ משה רייכמאן

משה יוסף רייכמן. יידישער-קאנאדער מיליאנער, פון די אייגנטימער פון Olympia & York אומבאוועגלעכע גיטער פירמע.

                                     

1. ביאגראפיע

משה רייכמאן איז געבוירן געווארן אין ווין צו שמעיה און רענע רייכמאן, חרדישע יידן פון א קליין שטעטל אין טשעכאסלאוואקיי, וואס זענען געווארן רייך פון האנדלען מיט אייער אין ווין. די רייכמאן משפחה זענען געפארן קיין אונגארן צו באזוכן דעם זיידן וואס האט געליטן פון א שלאַק פונקט דעם טאג פונעם אנשלוס; צוליב דעם האבן זיי באשלאסן נישט צוריקצוקערן קיין עסטרייך נאר זיי האבן זיך אריבערגעצויגן אין פראנקרייך. ווען נאצי דייטשלאנד האט איינגענומען פראנקרייך זענען זיי אנטלאפן אין טאנזשיר, אין נייטראלן מאראקא. די משפחה האט זיך קאנסאלידירט דארטן האנדלען מיט פרעמדער וואלוטע. אין דעם סוף פון די 1940ער יארן איז משה געגאנגען לערנען אין דער גייטסהעדער ישיבה, און דערנאך האט ער געלערנט אין ישיבות אין ישראל.

אין 1955 האט ער געהייראט לאה פעלדמאן אין מאנטרע, שווייץ.

שפעטער איז ער געפארן קיין טאראנטא, קאנאדע

ער איז נפטר געווארן כ"א חשון תשע"ג און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות. ביי זיין לויה האבן משתתף געווען די רבנים רבי שמואל אויערבאך, רב עדס און רב משה שטערנבוך.

                                     

2. וועבלינקען

  • אשר שכטר, עלייתה, נפילתה ועלייתה מחדש של משפחת רייכמן TheMarker 10.6.09
  • Reichmann family - Founders of the Olympia and York real estate empire, February 19, 2006, Israel-times