ⓘ צושימע אינדזל איז א יאפאנישער אינדזל צווישן יאפאן און קארעע. דער אינדזל איז געווען איין אינדזל אליין, אבער עס איז צוטיילט געווארען אין דריי חלקים ביים יאר 1900 ..

                                     

ⓘ צושימע אינדזל

צושימע אינדזל איז א יאפאנישער אינדזל צווישן יאפאן און קארעע. דער אינדזל איז געווען איין אינדזל אליין, אבער עס איז צוטיילט געווארען אין דריי חלקים ביים יאר 1900 על ידי די אויפונאקאשיסעטא און מאנזעקיסעטא קאנאלן. עס איז דא אויך מער פון 100 קלענערע אינדזלען וואס זענען מיטגעטיילט מיט דעם גרויסן צושימע אינדזל. בדרך כלל, דער נאמען "צושימע" איז אפגערופן אויף אלע די אינדזלען צוזאמען.

צושימע איז בערך 45 מילן ביי 10 מילן און האט א באפעלקערונג פון 34.000 מענטשן.

די שטאָט צושימע איז די איינציגע שטאט אויפן אינדזל.

                                     

1. צושימע דיאלעקט

דאס יאפאניש וואס איז גערעדט אין צושימע איז אנדעריש פון דעם נארמאלישע יאפאניש, ווייל וויבאלד אז צושימע איז אזוי נאנט צו קארעע, אז דער צושימעדיגער דיאלעקט האט א סאך ווערטער פון קארעיש אויסגעבארגן.