ⓘ א ליד פון אייז און פייער איז א רייע פון פאנטאזיע-ביכער געשריבן דורך דזשארדזש ריימאנד ריטשערד מארטין, וואס זאל זיבן טיילן אומפאסן. ביז תשעג, זענען שוין פינף דערפ ..

                                     

ⓘ א ליד פון אייז און פייער

א ליד פון אייז און פייער איז א רייע פון פאנטאזיע-ביכער געשריבן דורך דזשארדזש ריימאנד ריטשערד מארטין, וואס זאל זיבן טיילן אומפאסן. ביז תשע"ג, זענען שוין פינף דערפון דערשינען. די ערשטע באנד איז ארויסגעגעבן געווארן אום כ"א אב התשנ"ו. די רייע איז אדאפטירט ווי א טעלעוויזיע טראנסמיסיע, שפיל פון טראנען, וואס לויפט זייט תשע"א.

מיט איבער 28 מיליאן עקזעמפלארן פארקויפט און איבערזעצונגען אין כמעט פערציק שפראכן, "דאס ליד פון אייז און פייער" האטע גרויסע ערפאלג ארום די וועלט. מארטין האט געווינען פיר לאקוס פרייזן; א סך ליטעראטור-קריטיקער האבן געלויבט זיין ארבעט פאר אירע רעאליסטישע שטיל און די טיפע, קאמפליצירטע כאראקטער פון די העלדען, וואס זינד נישט פלאך גוט אדער שלעכט. יעדער פון זי איז געצייגט נישט דורך אן אלוויסענדער דערציילער, ווי אין די מייסטע זולכע ווערקע, זאנדערן פון זיינער אייגענע הינזיכט. א זוי זעט דער לייענער די געשיכטע פון פילע זייטן, און פארשטייט ווי פארשידענע כאראקטער באטראכטען דיזעלבע זאכן זייר אנדערש.

מארטין האט באקומען השראה הויפטזעכליך פון דער געשיכטע דער מיטל אלטער. אין זיינע ביכער סדו ריטערן, שלאסן און אנדערע מערקמאלן פון פעאדאליזם. די קאמף אום דעם קעניגס טראן אין באזירט, צום ביישפיל, אויף דער רויזן-קריג אין ענגלאנד הרט"ו - הרמ"ה און די הונדערט-יעריגע מלחמה. ער איז באאיינפלוסט געווען אויך פון די קרייצצוגן.

די זיבען ביכער זענען:

  • די צוזאמענשטויס דער קעניגע A Clash of Kings; תשנ"ח
  • א חלום פון פרילינג A Dream of Spring; קומענדיק.
  • די ווינטן פון ווינטער The Winds of Winter; קומענדיק
  • א משתה פאר די קרעהען A Feast for Crows; תשס"ה
  • א שפיל פון טראנן A Game of Thrones; תשנ"ו
  • די שטורעם דער שווערדען A Storm of Swords; תש"ס
  • א טאנץ מיט דראכען A Dance with Dragons; תשע"א

די געשיכטע האנדעלט פון א פאנטאסטישע וועלט ווו דער ווינטער און זומער דויערן יארן. פאר הונדערטער יאר, די זיבען קעניגרייכן פון די וועלטטייל וועסטעראז זינד געווען באהערשט פון די קעניגע דער טארגארייען דינאסטיע און אירע פייער-אטעמען דראכען. שפעטער, האטן די דראכען אויסגעשטארבן געווארען. אעריז, דער לעצטער טארגארייען מלך, איז געווען משוגע און אכזר. צוויי יונגע אדעלייט, ראבערט באראתיאן און עדארד סטארק, האבן געפירט אן אויפשטאנד קעגן אים. ראבערט איז געווארן קעניג און האט גענומען דעם אייזערנער טראן פון וועסטעראז.

פופצן יאר שפעטער, איז עדארד גערופן אין דער הויפטשטאט, אום צו דינען אלס ראבערטס משנה למלך. ער אנטפלעקט דער שרקעליכע סוד פון קעניגין סערסעיי: זי האט געמאכט גילוי עריות מיט איר ברודער דזשעיימי, און דעם קעניגס קינדער זענען אלע ממזרים. אזוי הייבט אן א קייט פון געשעענישן וואס ענדעט אין א מלחמה צווישען די גרויסע אדעליגע נאך ראבערטס פטירה. סערסעייס בכור, דזשאפרי, איז אינטערשטיצט פון זיין מוטערס משפחה, הויז לאניסטער. יעדער פון ראבערטס ביידע ברידער, סטאניס און רענלי, ווילט דער טראן פאר זיך. אריבער די ים פארזוכט אעריזס טאכטער, דענעריז, אן ארמיי אויפצושטעלען אום איר טאטעס טראן איין נעמען. זי באקומט אלס מתנה דריי פארשטיינערטע דראכען אייער, און באניצט שווארצע צויבעריי אום לעבענדיקע דראכן פון זי אויסבריטען. אין דער ווייטער צפון, וואכן "די אנדערן" - שדים פון אן אלטע צייט, וואס מהאט שוין לאנג פארגעסן און זינד דערמאנט נאר אלס באבע מעשהס - און גרייטן א נייע מלחמה קעגן די מענטשהייט. דזשאן שניי, עדארדס ממזר, דינט אלס וועכטער אויף די אייזוואנד אם צפון און איז דער ערשטער וואס ערקענט די געפאר.