ⓘ אולטראשאל. מעדיצינישער אַלטראַסאַונד אדער סאָנאָגראַם איז א טעכניק וואס מען נוצט פאר טעסט, אריינצוקוקען אינעם קערפער פון א פאציענט אדער טראגעדיגע פרוי, ווי דורך ..

                                     

ⓘ אולטראשאל

מעדיצינישער אַלטראַסאַונד אדער סאָנאָגראַם איז א טעכניק וואס מען נוצט פאר טעסט, אריינצוקוקען אינעם קערפער פון א פאציענט אדער טראגעדיגע פרוי, ווי דורך די קלאנגען פונעם מאשין, וואס קלאפט צוריק און ברענגט רעזולטאט, זעט מען וויאזוי די אינעווייניגע פראצעדור אנטוויקעלט זיך, און צו עס איז פארהאנען א אויסערארדענטליך געשעעניש.

די שטייגער וויאזוי מען האנדעלט דאס, איז מיטן שמירן א ספעציעלע דזשעלי אויפן קערפער, און דאס העלפט בעסער אז די ווידערשטימע פונעם מאשין צום גליד - וואס מוויל בודק זיין, זאל געבן גוטע און קלארע רעזולטאטן, טראץ וואס די פליסיגקייט ווי וואסער צו בלוט אדער ליידיגע חלקים קענען אמאל שטערן, איז די דזשעלי הילפבאר צו א קלארע און קראנטערע טעסט רעזולטאט.

עס ווערט באנוצט בעיקר ביי פראבלעמען מיט די נירן, און ביי א מעוברת, צו זען דאס קינד אנטוויקלונג.