ⓘ קאמפקונסט ..

קאמפקונסט

א קאַמפֿקונסט איז א קאמף וואסט ווערט געפירט, געוויינלעך צווישן צוויי מענטשן, לויט געוויסע תקנות. דער עיקר צוועק פון קאמפקונסט איז זעלבשוץ, אבער אויך פאר ספארט און איבונגען. פארשידענע סארטן קאמפקונסט שטאמען זיך פון עטלעכע לענדער, איבערהויפט אין דעם ווייטן מזרח, ווי קאראטע, דזשודא און אייקידא. אויך איז פאראן סאוואט פון פראנקרייך און קרב מגע אין ישראל.

אייקידא

אײַקידאָ איז א יאפאנישע קאמפקונסט וועלכע איז אנטוויקלט געווארן אין דעם 1942 און שטאמט פון דזשודזשוטסו. דער ציל פון אייקידא איז צו זיך פארטיידיקן און ניט צו אטאקירן.

דזשודא

דזשודא יאפאניש: 柔道 טייטש "לינדערער וועג") איז א מאדערנע קאמפקונסט און קאמף־ספארט געשאפן אין יאפאן 1882 דורך דזשיגארא קאנא. אין דזשודא טוט איינער פרובירן אראפצואווארפן דעם צווייטן אויף דער ערד. דזשודא איז היינט פארשפרייט אין דער גאנצער וועלט.