ⓘ יעקב יצחק רודערמאן. הרב יעקב יצחק הלוי רודערמאן איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, מערילענד, פאראייניגטע שטאטן, און א מיטגליד ..

                                     

ⓘ יעקב יצחק רודערמאן

הרב יעקב יצחק הלוי רודערמאן איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, מערילענד, פאראייניגטע שטאטן, און א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקע.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

הרב רודערמאן איז געבוירן געווארן אין דאלינאוו, ווייסרוסלאנד, דעמאלסט אינעם תחום המושב אין דער רוסלענדישער אימפעריע היינט אין בעלארוס. ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה, וואו זיין פאטער, רבי יהודה לייב רודערמאן איז געווען שטאטס רב. ער האט געלערנט ביים אלטער פון סלאבאדקע און ביים ראש ישיבה, הרב משה מרדכי עפשטיין.

אין תר"ץ האט הרב רודערמאן משתתף געווען אינעם אויפשטעלן פון דער ישיבה אין ניו הייוון, קאנעטיקוט, צוזאמען מיט זיין שווערו, הרב שעפטל קרעמער אן איידעם פון רבי שרגא פייוול פראנק. אין תרצ"ג איז ער אריבער קיין באלטימאר, וואו ער האט אנגעהויבן אויפשטעלן ישיבת נר ישראל צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב נפתלי ניובערגער, אן אגודת ישראל עסקן אין די פאראייניגטע שטאטן. א סך פון זיינע תלמידים האלטן רבנות שטעלעס אין אמעריקע און אנדערע לענדער.

                                     

2. זיינע תלמידים

צווישן זיינע תלמידים זענען:

  • הרב נפתלי קאפלאן - משגיח אין די ישיבות בית מתתיהו און אור שמח, און גרינדער פון דער ישיבה נתיב הדעת
  • הרב אהרן פעלדמאן - ראש ישיבה פון "נר ישראל" אין באלטימאר, און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה אין אמעריקע
  • הרב נח וויינבערג - גרינדער און אנפירער פון ״אש התורה״
                                     
  • ליסא און די דירעקטארין פון בית יעקב אין ניו יארק. ער האט חתונה געהאט מיט מרת חנה, די טאכטער פון רבי יעקב יצחק רודערמאן ראש ישיבה פון נר ישראל. זי איז
  • תמוז קען געפאלן: ה תשס ג - הרב יצחק טוביה ווייס הייבט אן דינען אלס גאב ד ירושלים ה תשמ ז - הרב יעקב יצחק הלוי רודערמאן ראש ישיבה פון נר ישראל, באלטימאר
  • דער זעקסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן געש 1848 1987 - יעקב יצחק רודערמאן אמעריקאנער ראש ישיבה געב 1901 בענין - זעלבשטענדיקייט טאג בורקינא
  • פרימא לעווי, יידישער - איטאליענישער שרייבער געב 1919 11טן יולי - יעקב יצחק רודערמאן אמעריקאנער ראש ישיבה געב 1901 10טן אויגוסט - איוואן נעוועזשאן
  • אמעריקאנער גדול הרב יעקב קאמינעצקי תרנ א - תשמ ו הרב קאמינעצקי האט געלערנט אין דער נר ישראל ישיבה אין באלטימאר אונטער הרב יעקב יצחק רודערמאן זיין פאטערס