ⓘ אייראזאנע. די אייראזאנע איז די גרופע פון לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס האבן אדאפטירט די איירא ווי זייער וואלוטע. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז פאראנטוו ..

                                     

ⓘ אייראזאנע

די אייראזאנע איז די גרופע פון לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס האבן אדאפטירט די איירא ווי זייער וואלוטע. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז פאראנטווארטלעך צו פארוואלטן מיטן אנבאט פון געלט אין דער אייראזאנע. פאליטישע באשלוסן וועגן דעם איירא זענען די געביט פון דער "איירא גרופע", וואס באשטייט פון פארטרעטער פון די לענדער אין דער אייראזאנע.

                                     

1. מיטגלידער

די אייראזאנע האט 19 מיטגלידער:

גרינדונג מיטגלידער דעם 1טן יאנואר 1999 1 איטאליע 2 אירלאנד 3 בעלגיע 4 דייטשלאנד 5 האלאנד 6 לוקסעמבורג 7 עסטרייך 8 פארטוגאל 9 פינלאנד 10 פראנקרייך 11 שפאניע

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2001 12 גריכנלאנד

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2007 13 סלאוועניע

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2008 14 מאלטא 15 ציפערן

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2009 16 סלאוואקיי

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2011 17 עסטלאנד

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2014 18 לעטלאנד

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2015 19 ליטע

אחוץ דעם זענען פאראן אנדערע לענדער אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד וואס ניצן דעם איירא, אבער זיי געהערן נישט צו דער אייראזאנע.