ⓘ מאטעמאטישער דערווייז. אין מאטעמאטיק איז א דערווייז א דעדוקטיווער ארגומענט פאר א מאטעמאטישן ארויסזאג. אינעם ארגומענט קען מען ניצן ארויסזאגן וואס מהאט פריער פעסטג ..

                                     

ⓘ מאטעמאטישער דערווייז

אין מאטעמאטיק איז א דערווייז א דעדוקטיווער ארגומענט פאר א מאטעמאטישן ארויסזאג. אינעם ארגומענט קען מען ניצן ארויסזאגן וואס מהאט פריער פעסטגעשטעלט, ווי למשל טעארעמען. סוף כל סוף כל איז אלץ געבויט אויף אקסיאמען, ד"ה ארויסזאגן וואס זענען קלאר אמת אדער וואס זענען אנגענומען. א דערווייז דארף זיין גוט אויסגעפירט אז ער האלט אין אלע אופנים; סאיז נישט גענוג צו ווייזן אז ער האלט אין געוויסע פעלער, אפילו א סך פעלער.

א דערווייז ניצט לאגיק אבער ווערט געשריבן אין א נארמאלער שפראך.

דער מעטאד פון דערווייזן אן ארויסזאג פון אקסיאמען שטאמט פונעם אוראלט־גריכישן מאטעמאטיקער אוקלידוס.

                                     
  • אנטוויקלט זיך דורך דריי כאראקטעריסטיקן: אבסטראקציע, גענעראליזאציע און דערווייז מאטעמאטיק איז א לעבנסנייטיקער געצייג אין פארשידענע געביטן, איינשליסנדיק
  •  דער מאטעמאטישער ארטיקל איז א שטומף. דאס הייסט עס פעלן אין אים גרונטלעכע אינפארמאציע איבערן פארשטאנד פון דער טעמע. ביטע העלפ ט דאס פ ארברייטערן.