ⓘ יוסף זונדל פון סאלאנט. רבי יוסף זונדל פון סאלאנט, איז געווען דער רבי מובהק פון רבי ישראל סאלאנטער. אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען א מורה הוראה אין דער אשכנז ..

                                     

ⓘ יוסף זונדל פון סאלאנט

רבי יוסף זונדל פון סאלאנט, איז געווען דער רבי מובהק פון רבי ישראל סאלאנטער. אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען א מורה הוראה אין דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים.

                                     

1. ביאגראפיע

רבי יוסף זונדל איז געבוירן געווארן אין 1786 תקמ"ו". זיין פאטער איז געווען רבי בנימין ביינוש, און ער איז געווען אן אייניקל פון רבי פייוויש אשכנזי, דער אב בית דין אין ווילנע און נאכהער נשיא פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער וואלאזשינער ישיבה ביי רבי חיים וואלאזשינער. רוב פון זיינע טעג האט ער געוואוינט אינעם שטעטל סאלאנט.

ער פלעג גאנץ אפט פארן צו זיין רבין רבי חיים וואלאזשינער. נאך זיין פטירה האט ער זיך געצויגן אין פוזנא צו לערנען פונעם שטאטס־רב רבי עקיבא אייגער.

אין תקצ"ז, ביי דער עלטער פון 51 איז ער ארויף אין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, וואו ער איז געווארן א מורה הוראה. אין יענער תקופה איז די אשכנזישע קהילה אין ירושלים געווען צו קליין צו האבן א רב.

רבי זונדל איז אומגעקומען אין דער כאלערע מגיפה, די נאכט פון ג מרחשון, תרכ"ו 1865 ביי דער עלטער פון 80, און מהאט אים קובר געווען אין הר הזיתים.

נאך זיין פטירה איז זיין איידעם, רבי שמואל סאלאנט, געווען דער מורה הוראה, ביז מהאט אים באשטימט אומאפיציעל רב פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים.

                                     
  • אנגעטראפן מיט רבי יוסף זונדל פון סאלאנט א תלמיד פון ר חיים וואלאזשינער. ר יוסף זונדל האטגעלאזט אויף אים א טיפען רושם. ר יוסף זונדל האט שטארק מדגיש געווען
  • שטאט סאלאנט האט צו אים געוואנדן דער ארטישע רב הרב יוסף זונדל סאלאנטער און געבעטן ר שמואל אלס איידעם, האט זיין פאטער מסכים געווען. נאך דער פטירה פון הר ר
  • סאלאווייטשיק פון בריסק - ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער ישיבה הרב יוסף זונדל סאלאנטער - גרינדער פון דער מוסר באוועגונג און דער רבי פון רבי ישראל סאלאנטער
  • שניאור זלמן פון לאדי. דער גרינדער פון דעם באוועגונג ר ישראל סאלאנטער, האט אנגעהאנגען זיין מהלך אין מוסר אין זיין רבי ן ר יוסף זונדל פון סאלאנט וועלכער איז
  • בית הלוי טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק באדייטן הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק נעזשוויז, ה תק ף - ד אייר ה תרנ ב
  • טאכטער פון ר משה מאטל ביאלער, אייניקל פונעם חידושי הרי ם הרב יצחק זאב סאלאווייטשיק דער בריסקער רב, רבי משה סאלאוויטשיק דער פאטער פון ר יוסף דוב הלוי
  • און צו זיין מוטער רבקה, א טאכטער פון רבי יוסף ראפאפארט. ער האט געלערנט תורה ביי רבי רפאל הכהן האמבורגער מחבר פון תורת יקותיאל דער מינסקער רב, און
  • און פון דעמאלסט אן האט מען אים גערופן מאטל פאפעליאנער אלס בחור האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון הרב יוסף לייב בלאך, רב אין שאדעווע נישט ווייט פון פאפעליאן