ⓘ באניהאד. באניהאַד איז א שטעטל אין טאלנער קאנט אין דרום־מערב אונגארן, 140 קמ דרום פון בודאפעשט און 34 קמ צפון־מזרח פון פעטש. באניהאד האט א שטח פון 72.13 קוואדראט ..

                                     

ⓘ באניהאד

באניהאַד איז א שטעטל אין טאלנער קאנט אין דרום־מערב אונגארן, 140 ק"מ דרום פון בודאפעשט און 34 ק"מ צפון־מזרח פון פעטש. באניהאד האט א שטח פון 72.13 קוואדראט ק"מ.

                                     

1. יידישע היסטאריע

באניהאד האט געהאט א שיינע יידישע געמיינדע. אין 1826 האבן געוואוינט 1.662 יידן אין באניהאד, און אין 1880, 1.154 יידן.‏

זייט התרנ"ז 1897 רבי אליעזר חיים דייטש איז געווען רב אין באניהאד. ער איז נפטר געווארן כ"ט אלול התרע"ו 1916.‏

אין 1941 זענען יידן געווען 14% פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט. היינט איז נישט געבליבן קיין איין ייד אין באניהאד.

                                     

2. וועבלינקען

  • "בונייהד Bonyhád", "אנצקלופדיה של הגטאות", "יד ושם" וועבזייטל
  • בונהאד BONYHAD העברעיש, די דאטנבאזע פון "בית-התפוצות".
  • "באניהאד", ביי "JewishGen" אויף ענגליש
  • Encyclopedia Judaica: Bonyhád, Hungary, "דזואיש ווירטועל לייברערי" וועבזייטל