ⓘ בערעזאווע רודקע. דאָס דאָרף בערעזאָווע רודקע איז געגרינדעט געוואָרן אויפן רעכטן ברעג פונעם טײַך פּערעוואָד אין 1717 דורך העטמאַן פון אוקראַיִנע איוואַן סקאָראָפ ..

                                     

ⓘ בערעזאווע רודקע

דאָס דאָרף בערעזאָווע רודקע איז געגרינדעט געוואָרן אויפן רעכטן ברעג פונעם טײַך פּערעוואָד אין 1717 דורך העטמאַן פון אוקראַיִנע איוואַן סקאָראָפּאַדסקי. זינט 1752 איז אין דעם געווען דער שטאַם-מאַיאָנטעק פון דער אוקראַיִנישער אַריסטאָקראַטישער משפּחה זאַקרעווסקי. באַנאַנד מיט אוקראַיִנער האָבן אינעם דאָרף געוווינט עטלעכע ייִדישע משפּחות. דעם 18טן מײַ 1942, בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע זײַנען אין בערעזאָווע רודקע דערשאָסן געוואָרן 21 ייִדן. אין 1946 איז אויף קבר-אחים אויפגעשטעלט געוואָרן אַן אָנדענק-צייכן. לויט די אָנגאַבן פון דער אוקראַיִנישער פאָלקסציילונג פון 2001, זײַנען אינעם דאָרף געווען 1971 אײַנוווינער.

                                     

1. וועבלינקען

  • פאָטאָגראַפיעס פונעם מאַיאָנטעק פון זאַקרעווסקי-משפּחה אין בערעזאָווע רודקע טעקסטן – אויף אוקראַיִניש
  • בערעזאָווע רודקע אין דער רוסלענדישער ייִדישער ענציִקלאָפּעדיע אויף רוסיש
  • בערעזאָווע רודקע אויפן וועבזײַטל פונעם אויבער-ראַט פון אוקראַיִנע אויף אוקראַיִניש