★ אדורה - ישובים אין ישראל ..

                                     

★ אדורה

אַדורה געפינט זיך צום מערב פון דער שטאָט חברון. אַדמיניסטראַטיוו איז ער אין באַשטאַנד פונעם רעגיִאָנאַלן ראַט הר חברון. דער ישוב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1982 ווי אַ מיליטערישער זידלונג-פאָרפּאָסט היאחזות נח"ל. אין 1984 איז אדורה געוואָרן אַ בירגערלער ישוב. לויט די אָנגאַבן פון 2011, האָבן אינעם ישוב געוווינט 268 משפּחות. אדורה איז געמישטער ישוב פרומע און וועלטלעכע ייִדן. אין אדורה זײַנען דאָ אַ שול, צוויי קינדער-גערטנער, אַ ספּאָרט-זאַל, אַ פּיצעריע, אַ יוגנט-קלוב און אַ קליינע אינדוסטריעלע זאָנע.

                                     

1. דער נאָמען

דער ערשטער, צײַטווײַליקער, נאָמען פונעם ישוב איז געווען מצפּה-אמציה. זינט 1984 איז דער נאָמען געביטן געוואָרן אויף אדורה – לויטן נאָמען פון דער אוראַלטער שטאָט אדורים, וועלכע איז דערמאָנט אינעם תנ"ך, אין דער רשימה פון די שטעט פון ממלכת יהודה, וועלכע זײַנען פאַרפעסטיקט געוואָרן דורך מלך רחבעם. די אוראַלטע שטאָט אדורים האָט זיך געפונען צום דרום-מזרח פונעם איצטיקן ישוב אדורה, אויפן אָרט פונעם גרויסן אַראַבישן דאָרף דוּרא.

Users also searched:

אדורה, ישובים אין ישראל. אדורה,

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →