ⓘ חלום פונעם רויטן קאמער. חָלום פֿונעם רויטן קאַמער, אויך די מעשה פון דער שטיין, ווערט גערעכנט א גרויסע ווערק פון כינעזישער ליטעראטור און איז איינער פון די גרויסע ..

                                     

ⓘ חלום פונעם רויטן קאמער

חָלום פֿונעם רויטן קאַמער, אויך די מעשה פון דער שטיין, ווערט גערעכנט א גרויסע ווערק פון כינעזישער ליטעראטור און איז איינער פון די גרויסע קלאסישע כינעזישע ראמאנען. מען האט געשריבן דעם ראמאן אינעם 18טן יארהונדערט אין דער תקופה פון דער טשינג דינאסטיע. מהאלט אז דער פארפאסער איז געווען טשאו טשעין.

דאס בוך איז באזירט אויף טשאוס פאמיליע, די פרויען אין זיין לעבן, איינשליסנדיק חברטעס,קרובים און דינסט־מיידלעך. דער ראמאן איז פון די ערשטע צו ווערן געשריבן אין זשארגאן די שפראך וואס מען רעדט און נישט אין קלאסישן ליטערארישן כינעזיש.