ⓘ ראובן פייערשטיין. ראובן פֿײַערשטיין איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן או ..

                                     

ⓘ ראובן פייערשטיין

ראובן פֿײַערשטיין איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן אוניווערסיטעט און אין וואנדערבילט אוניווערסיטעט אין טענעסי.

ער איז געווען א געווינער פונעם ישראל פריז פאר סאציאל וויסנשאפט 1992 און א יקיר ירושלים.

ער איז באוואוסט פאר זיין טעאריע פון אינטעליגענץ וואס האלט אז אינטעליגענץ איז נישט "פעסט" נאר "בייטבאר".‏

ער איז געבוירן געווארן אין באטושאן, רומעניע, איינע פון ניין געשוויסטער, אייניקלעך פונעם סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה פארן צמח צדיק פון וויזשניץ.

ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ"ט ניסן תשע"ד ביי דער עלטער פון 92.‏

                                     

1. משפחה

פוירשטיין האט געהייראט בערטא גוגנהיים, אן אוראייניקל פון אברהם ערלאנגער, וועמען ער האט דערקענט ווען ער איז געווען אין דער שווייץ. זי איז נפטר געווארן אין 2006.‏ זיי האבן געהאט פיר קינדער:

  • נועה שווארץ, עוסק אין פסיכאלאגיע
  • אדוואקאט דני פייערשטיין
  • אהרן פוירשטיין, פארוואלטער פוןסטודיו למשחק ניסן נתיב, ירושלים.
  • הרב ד"ר רפי פייערשטיין, נשיא פון דעם פויירשטיין אנשטאלט און איינער פון די צהר רבנים.

זיין שוועסטער בלהה איז געווען די ווייב פון פראפעסאר יעקב ראנד און די מוטער פון דעם אקטיאר שולי ראנד.