ⓘ קרבן חטאת. א קרבן חטאת איז א קרבן וואס מען ברענגט אויפן מזבח אין דעם בית המקדש. איינע וואס האט עובר געווען געוויסע עבירות בשוגג ברענגט א קרבן חטאת. א חטאת איז פ ..

                                     

ⓘ קרבן חטאת

א קרבן חטאת איז א קרבן וואס מען ברענגט אויפן מזבח אין דעם בית המקדש. איינע וואס האט עובר געווען געוויסע עבירות בשוגג ברענגט א קרבן חטאת. א חטאת איז פון די קרבנות וואס הייסן קדשי קדשים; מען דארף זיי שעכטן אין צפון זייט פון דער עזרה, און די טיילן פונעם קרבן וואס מען עסט עסן נאר כהנים אין דער עזרה.

אין אלגעמיין קומט א חטאת א שעפסל אדער א ציגעלע ביז איין יאר אלט, אדער א פויגל.

פאר א נארמאלן קרבן חטאת פון א בהמה טוט מען שפריצן דאס בליט אויף די פיר ווינקלען פונעם מזבח אין דער הייך, וואס קומט נישט פאר ביי קיין שום אנדער קרבן.