ⓘ יאדער-שפאלטונג. יאדער-שפאַלטונג, אין קערנפיזיק און קערנכעמיע, איז א קערנרעאקציע, אדער א ראדיאאקטיווער צעפאל, אין וועלכן דער קערן פון אן אטאם צעשפאלט זיך אין די ..

                                     

ⓘ יאדער-שפאלטונג

יאדער-שפאַלטונג, אין קערנפיזיק און קערנכעמיע, איז א קערנרעאקציע, אדער א ראדיאאקטיווער צעפאל, אין וועלכן דער קערן פון אן אטאם צעשפאלט זיך אין די קערנס פון אנדערע אטאמען. דער פראצעס קען זיין אדער צוויי קערנס וואס קומען צוזאמען אדער א דרויסנדיקער טיילכעל - למשל, א פראטאן, א נייטראן אדער א הויכע־ענערגיע עלעקטראן - שטויסט צוזאמען מיט א קערן.

אין דער רעאקציע קומט ארויס גאר א סך ענערגיע, וואס ווערט געניצט אין קערנדיקער קראפט און אין נוקלעארע וואפן.

יאדער־שפאלטונג איז אנטפלעקט געווארן אין דעצעמבער 1938 דורך דער דייטשער כעמיקער אטא האן, און אין יאנואר 1939 האבן ליזע מייטנער און איר נעפע אטא פריש מסביר געווען די טעאריע דערפון.

אפטמאל זענען די קערנס פראדוצירט דורך יאדער־שפאלטונג ראדיאאקטיוו, וואס שאפט א פראבלעם וואס מען קען טון די איבערגעלאזטע פראדוקטן.