ⓘ אהרן רוקח. רבי אהרן רוקח איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון בעלזא - א זון פון הרהק רבי ישכר דוב זצל, זון פון הרהק רבי יהושעלע זצל, זון פון ..

                                     

ⓘ אהרן רוקח

רבי אהרן רוקח איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון "בעלזא" - א זון פון הרה"ק רבי ישכר דוב זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי יהושעלע זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי שלום זי"ע, אויך באקאנט אין חסידישן לעקסיקאן אלס דער "שר שלום פון בעלז".

"רבי אהרלע בעלזער", ווי ער ווערט אנגערופן אין דער אלגעמיינער חסידישער וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה פאר דער צווייטער וועלט מלחמה און בעלז בחורבנה נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט ער מיט זיינע לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון דעם בעלזער חסידות.

ער איז ביי דער צווייטער וועלט מלחמה אנטלאפן פון בעלז אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזנדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון פרעמישלאן, באכניע, קראקא, צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זיין אינגערן ברודער רבי מרדכי, דער בילגארייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפשדיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים קיין בודאפעשט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל.

גייסטיש צוקלאפט און צובראכן צום באמערקן, ער האט זיך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג, אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכותדיגן רבין וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער חסידים, אבער מיט א אויסגעלייטערטער קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגער צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל.

פילצאליגע וואונדער, מופתים און הייליגע הנהגות ווערט אויף אים פארציילט דורך זיינע אנהענגער.

כ"א אב, איז די יארצייט, די לעצטע תורה וואס ער האט געזאגט פאר זיין אוועק גיין פון דער וועלט, איז באקאנט, למען ירבו ימיכם, וימי בניכם, כימי השמים, איר זאלט האבן הימלדיגע טעג, על הארץ, אויף דער וועלט, דהיינו זיך אויפפירן ערליך.

                                     

1. זיין פאמיליע

זיינע קינדער זענען געווען:

  • רבי משה - איידעם ביי רבי פנחס שלום פון וואלבראם, אן אייניקל פון רבי שלום רוקח און דער חוזה פון לובלין,
  • איידעלע ווייב פון ר משולם ישעיה זושא טווערסקי, זון פון רבי פינחס פון אוסטילע, דער איידעם פון רבי ישכר דוב רוקח.
  • אלעזר מנחם נחום - געשטארבן יונגערהייט
  • אברהם יושע העשיל - געשטארבן יונגערהייט.
  • רבי ישראל - איידעם ביי רבי אליהו חיים פון סקאהל אן אייניקל פון רבי שלום רוקח.
  • רבקה מרים ווייב פון רבי שמואל פרענקל, זון פון ר אברהם יושע העשיל פרענקל פון הובניב, אייניקל פון רבי שלום רוקח פון בעלז
  • שרה ברכה ווייב פון רבי ישראל ראזענפעלד בן רבי נפתלי שמואל צבי פון קאמינקא.
  • מירל ווייב פון רבי יודא וואגשאהל פון לעמבערג אייניקעל פון רבי שלוםקע בעלזער ורבי אלימלך פון ליזשענסק, איר צווייטער מאן איז געווען ר משה אליקים בריעה ז"ק.

ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער אלע זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חנה תרע"ה - כ"ט מרחשון תשע"ד, די אלמנה פון רבי יוסף מאיר פאלאק.

זיין פלאץ האט ערפולט זיין פלימעניק, זון פון זיין ברודער רבי מרדכי, דאס איז דער היינטיגער רבי ישכר דוב רוקח.

                                     

2. זיינע תלמידים

  • הרב יהושע מנחם עהרנבערג, מחבר פון ספר דבר יהושע און אב"ד תל אביב.
  • רבי צבי הירש ראזנבוים, קרעטשענעוו-סיגעטער רבי
  • רבי משה נתן נטע לעמבערגער, מאקאווער רב
  • רבי יוחנן סופר - ערלויער רבי
  • רבי אברהם חיים ראטה, שומרי אמונים רבי
  • רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאביל רבי
  • רבי חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן
  • זיין נעפע רבי ישכר דב רוקח, ממלא מקום פון רבי אהרן פון בעלז. זיין פאטער, רבי מרדכי פון בילגוריי, איז נפטר געווארן ווען איז געווען אלט צוויי יאר, און זיין פעטער האט אים געהאדעוועט.
                                     
  • הרב אהרן מרדכי רוקח געבוירן ז חשוון ה תשל ו ער איז דער איינציגסטער זון פון דעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח הרב אהרן מרדכי רוקח איז געבוירן געווארן
  • זושא טווערסקי, דער זון פון רבי אהרן טווערסקי. זי איז נפטר געווארן יונגערהייט. זייערע קינדער זענען געווען: רבי אהרן רוקח זיין בכור און ממלא מקום מרת חנה
  • וועלכער איז געווען א זון פון רבי ישכר דוב רוקח דער דריטער בעלזער רב, און איז געווען א ברודער מיט ר אהרן רוקח דער פערטער בעלזער רב, און צו זיין מוטער
  • אלעזר לס קינדער: הרב אהרן רוקח - רבי אין לוביטש - קרולובסקי. הרב יהודה רוקח - רבי אין דינאוו. הרב אלכסנדר סענדער רוקח ער איז נפטר געווארן יונג
  • רבי שלום רוקח זצ ל ה תקמ א - כ ז אלול ה תרט ו 1781 - 10טן סעפטעמבער 1855 באקאנט אלס דער שר שלום אדער דער ערשטער בעלזער רב זכרונו לברכה רבי שלום
  • אין בעלזא. זעט דעם הויפ ט א רטיקל אהרן רוקח נאך הרב ישכר דוב איז געקרוינט געווארן זיין עלטסטער זון רבי אהרן רוקח אלס רב פון דער שטאט בעלזא. באקאנט אלס
  • רבי. 11 יאר נאך דער חתונה האט זי געבוירן זייער איינציגסטע קינד רבי אהרן מרדכי רוקח די רעביצין שטייט אין הויפט פון דער בעלזער פרויען ארגאניזאציע און פירט
  • רבי משה רוקח ה תקע ה - ב אייר ה תרמ ז פון קארעוו. רבי משה איז געבוירן און יאר ה תקע ה, דער פערטער זון צו זיין פאטער הרב שלום רוקח פון בעלזא באקאנט
  • מרדכי רוקח דער בילגורייער רב און פאטער פונעם היינטיגן רבין. קדושת אהרן - נאך רבי אהרן רוקח דער פריערדיגער בעלזער רב. בינת יששכר - נאך רבי ישכר דוב רוקח דער
  • רבי אהרן טייטלבוים געבוירן ו חשוון ה תש ח איז איינער פון די צוויי היינטיגע סאטמארער רבי ס. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער
  • אין כפר חסידים געב ה תרל ו ה תשס ו - רבי אברהם אלטער פאלאק, דער אדמו ר פון בערגסאז - פתח תקווה, שטיפזון פון רבי אהרן רוקח בעלזער רבי געב ה תרצ ה