ⓘ ישיבת צאנז. ישיבת דברי חיים צאנז - הישיבה הגבוהה - איז די ישיבה גדולה פון די צאנזער חסידים, און געפינט זיך אין קריית צאנז, נתניה. אין דער ישיבה לערנען ארום 350 ..

                                     

ⓘ ישיבת צאנז

ישיבת דברי חיים צאנז - הישיבה הגבוהה - איז די ישיבה גדולה פון די צאנזער חסידים, און געפינט זיך אין קריית צאנז, נתניה. אין דער ישיבה לערנען ארום 350 בחורים, פון איבערן ארץ ישראל און דער גארער וועלט. פיהל פון די בוגרי הישיבה דינען ווי רבנים.

                                     

1. ראשי הישיבה

די ישיבה האט צוויי ראשי ישיבות, דער אלטער ראש ישיבה איז הגאון הגדול רבי שמואל אליהו שמערלער בעל דברי אליהו, דער ערשטער ראש ישיבה פון דער ישיבה. ער זאגט פאָר יעדע וואך א שיעור כללי. דער יונגער ראש ישיבה איז רבי יוסף משה דב האלבערשטאם דעם צאנצער רביס צווייטער זון. וואס פירט למעשה די ישיבה.

                                     

2. זיך פארהערן בלעטער

דער צאנז קלויזנבורגער רבי, דער גרינדער פון דער ישיבה, וואס האט געזען אלס ציל אויפצושטעלן א דור תלמידי חכמים, האט איינגעפירט די בחורים זאלן זיך פארהערן אויף הונדערטער בלעטער גפ"ת ר"ת פון ג מרא פ ירוש רש"י און ת וספות און זיי באטיטלען אין שטיצן, אז יעדער וואס וועט זיך פארהערן דריי הונדערט בלאט גמרא מיט תוספות וועט באַטיטלט ווערן מיטן טיטל "צורבא מרבנן". פינף הונדערט בלאט גפ"ת מיטן טיטל "חבר". יארן שפעטער איז עס געענדערט געווארן אויף זעקס הונדערט בלאט גפ"ת. טויזנט בלאט גפ"ת מיטן טיטל "מורינו" און אזוי ווייטער. ווען מען רופט אויף די בחורים צו דער תורה רופט מען זיי אויף מיטן טיטל, א חוץ די צורבאס וואס מען רופט זיי אויס אן די טיטל ווייל די טיטל צורבא איז נישט גענוג חשוב. די סיסטעם פון באטיטלען מיט די טיטלעך, איז שוין געווען איינגעפיהרט אין אסך ישיבות אין אונגארן פון פאר די מלחמה, און דער רבי האט עס צוריק געשטעלט און זיין ישיבה.

די חלוקת התעודות, חלוקת הפרסים, פאר די ישיבה גדולה בחורים וואס האבן זיך פארהערט קומט פאר צוויי מאל א יאר, כ"ה ניסן מיט ט תמוז, כ"ה ניסן טיילט מען די תעודות און פרסים פאר די "חברס" און ט תמוז ווערן די תעודות און פרסים געטיילט פאר די "מורינוס".

                                     

3. די קרית חינוך

פאר די תלמידי הישיבה איז צו געשטעהלט א ריזיגן קאמפוס וואס ווערט גערופן "קריית חינוך - דברי חיים", געפודט זיך אין דברי חיים גאס 5, מיט א גרויסע עסצימער, און א גרויסע שלאפשטוב.