ⓘ חנוך דוב פאדווא. הרב חנוך דוב פאַדווא איז געווען אב בית דין פונעם התאחדות קהלות החרדים, די חרדישע קהילה פון לאנדאן, ענגלאנד, און א וועלטס פוסק. ..

                                     

ⓘ חנוך דוב פאדווא

הרב חנוך דוב פאַדווא איז געווען אב בית דין פונעם התאחדות קהלות החרדים, די חרדישע קהילה פון לאנדאן, ענגלאנד, און א וועלטס פוסק.

                                     

1. יונגע יארן

חנוך דוב פאדווא איז געבורין געווארן כ אב תרס"ח 17טן אויגוסט 1908 אין בוסק, א קליין שטעטל אין גאליציע היינט אין אוקראינע צו ר׳ אליעזר וואלף טויבער און זיין ווייב מרת טויבא, טאכטער פון ר׳ שמואל יוסף פאדווא. זיין פאטער ר אליעזר וואלף האט אים א נאעמן געגעבן נאכן אלעסקער רבין. ביי די פינעף יאר איז אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה, און די משפחה האט זיך געצויגן פונעם פראנט קיין ווין, מיט דער הסכמה פונעם טשעבינער רב.

ז שבט תשנ"ג איז נפטר געווארן זיין ווייב מרת יהודית.

רבי חנוך דוב איז געווען א בעלזער חסיד.

ער איז נפטר געווארן ט"ו באב התש"ס 16טן אויגוסט 2000, און איז באערדיגט אין הר המנוחות אין ירושלים.

                                     

2. משפחה

די קינדער פון הרב חנוך דוב פאדווא זענען:

  • די ווייב פון הרב יצחק ענגל אין אנטווערפן
  • ר׳ יהושע העשיל פאדווא אין מאנטשעסטער
  • הרב יוסף פאדווא
  • הרב משה חיים אפרים פאדווא, זיין נאכפאלגער ווי אב״ד אין לאנדאן
  • מרת בריינא מאשא, ווייב פון הרב שלום פרידמאן, דיין אין התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן