ⓘ ליטווישער יידיש. ליטווישער, אָדער צפון־מזרחדיקער, יידיש איז איינער פון די מאָדערנע דיאַלעקטן פון יידיש, היסטאָריש אַנטוויקלט אין צפון־מזרח אייראָפּע, אין דער יי ..

                                     

ⓘ ליטווישער יידיש

ליטווישער, אָדער צפון־מזרחדיקער, יידיש איז איינער פון די מאָדערנע דיאַלעקטן פון יידיש, היסטאָריש אַנטוויקלט אין צפון־מזרח אייראָפּע, אין דער יידישער ליטע. ליטווישער יידיש געהערט צו דער מזרחדיקער צווייג פון יידיש, וואָס איז אויך כולל פּוילישן און אוקראַאינישן/וואָלינער דיאַלעקטן.

                                     

1. פאַרשפּרייטונג און סובדיאַלעקטן

דער ליטווישער דיאַלעקט איז געווען פאַרשפּרייט אינעם שטח פון ליטע, דעם קלאַסישן גבול פון ליטווישע יידן, די ליטוואַקעס, וואָס איז כולל די היינטיקע ליטע גופא, לעטלאַנד, ווייסרוסלאַנד און אויך קליינע קאַנטן פון פּוילן און אוקראַינע. די לינגוויסטישע גרענעצן שליסן אָבער איין אויך נאָך אַן ענגן טייל פון היינטיקער מזרח אוקראַאינע אויף דרום ביז די ברעגן פון שוואַרצן ים און אַחוץ דעם - עסטלאַנד אויף צפון.

אויפן סמך פון קלאַנגיקע און גראַמאַטישע דיפערענצירונגען און לעקסישע באַזונדערקייטן קען מען דעם אַמאָליקן שטח פון ליטווישן יידיש ווייטער צעטיילן אויף סובדיאַלעקטן: זאַמעטער יידיש אויף צפון, סתם ליטוויש אויף צענטער־מזרח, סואוואַלקער יידיש אויף מערב און רייסישן יידיש אויף דרום. אַ באַזונדערער צווייג פון זאַמעטער יידיש איז דער דיאַלעקט פון קורלאַנד. חוץ דעם, עס זיינען דאָ אויפן גרענעץ מיטן דרום־מזרחדיקן יידיש אין צפון אוקראַאינע באַשטימטע ריידענישן, וואָס טראָגן סימנים פון ביידע דיאַלעקט־גרופּעס. דאָס זיינען: א) טשערנאָבילער יידיש, וואָס איז אַ וואַריאַציע פון ליטווישן יידיש מיט אַ "דרומדיקע" i-רעאַליזאַציע פון דיאַפאָנעמען 51 און 52 אין אַזעלכע ווערטער ווי חופּה, קומען א.אַ.וו.; ב) די וואַריאַציע פון וואָלינער יידיש אין געגנט פון קיעוו, וואָס האָט איינאיינציקן "צפונדיקן" וואָקאַל: eɪ פאַר דער דיאַפאָנעם 42/44 אין ווערטער ברויט, בולט און אַנדערע.

                                     

2. פאָנעטיק און פאָנאָלאָגיע

קאָנסאָנאַנטן

די סעריע קאָנסאָנאַנט פאָנעמען איז כמעט אידענטיש צו דער פון אַנדערע מזרח־יידישע דיאַלעקטן, הגם די קאָנקרעטע רעאַליזאַציעס פון עטלעכע קלאַנגן אונטערשיידן זיך סיי פּאָזיציאָנעל, סיי אָפּגעזען פון פּאָזיציע אין וואָרט אָדער פראַזע. דער בולטסטער אונטערשייד צו אַנדערע דיאַלעקטן איז דער אַזוי גערופענער "סאַבעסדיקער לאָסן", דאָס הייסט דער צונויפגאָס פון סיבילאַנט פאָנעמען: /s/ ס און /ʃ/ ש, /z/ ז און /ʒ/ זש, /t͡s/ צ און /t͡ʃ/ טש, /d͡z/ דז און /d͡ʒ/ דזש. אין מויל פון ליטווישע יידן האָבן די דאָזיקע פּאָרלעך פאָנעמען געהאַט קיין שום דיפערענצירונג ניט און, למשל, ביידע ס און ש קענען אויסגערעדט ווערן ווי: ביינקען, שיינק, איינג.

                                     

3.1. גראַמאַטישע באַזונדערקייטן מינים

להיפּוך צו אַלע אַנדערע דיאַלעקטן פון יידיש און דייטש איז אין ליטווישן יידיש נעלם געוואָרן דער נייטראַלער מין. דער יוצא פּועל איז אָבער קאָמפּליצירטער פון אַ פּשוטער צוויי־מיניקער שיטה און שליסט איין נייע גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס. ס׳זיינען דאָ עכטע לשון נקבה און לשון זכר, אָבער אויך צוויי אַנדערע גרופּעס סובסטאַנטיוון: אַ געמישטער מין ענלעך צו נקבה אין נאָמינאַטיוו די קאָפּ, וואָס נעמט אָן פּרעפּאָזיציעס אין זייערע זכר־פאָרמען אין דאַטיוו אויפן קאָפּ, און נאָך אַ קאַטעגאָריע פון מאַסן־סובסטאַנטיוון, וואָס ווייזן אויס סימנים פון פּלוראַל מיינע געלט, אָבער וואו איז די געלט? עס איז ניטאָ!. די דאָזיקע גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס דעפינירן זיך סעמאַנטיש און מאָרפאָלאָגיש:

  • די מאַסן־ און שטאָף־נעמען און צומאָל אויך אַבסטראַקטע באַגריפן געהערן צו אייגענעם מין: די וואַסער, די מעל ;
  • די באַגריפן פאַר שטאָף־נעמען, וואָס באַצייכענען איינסן אָדער איינציקע טיפּן פון אַ סעריע זיינען כסדר לשון זכר: אַ גרויסער אייזן ;
  • די, וואָס באַצייכענען מענער, זיינען תמיד זכר: דער טאַטע, דער יינגל איין אויסנאַם איז אָפטע די סקינד אין נאָמינאַטיוו);
  • די נעמען וואָס באַצייכענען ווייבערשע פּאַרשוינען זיינען תמיד נקבה: די ווייב, די מיידל ;
  • די ווערטער וואָס שטאַמען פון ווערבן זיינען אויסגעהאַלטענערהייט לשון זכר: דער עסן, דער לעבן, דער שפּרונג ;

ווען די סעמאַנטישע אָנלאָדונג פעלט, עס זיינען משפּיע די ענדונגען:

  • די ווערטער, וואָס האָבן ־ער, ־ניק סוף־וואָרט זיינען בדרך כלל לשון זכר: דער מויער, דער ספר, דער נודניק.
  • די ווערטער, וואָס ענדיקן זיך אויף ə ־ע,־ה, ־ניש אַרויסגערעדט ־נעס, ־קייט, ־שאַפט, ־ונג, ־ריי א.א.וו. זיינען אַמערסטנס לשון נקבה: די געשעעניש, די מלחמה, די קעגנערשאַפט ;

אַלע אַנדערע ווערטער טראָגן קיין סימן פון מין ניט און געהערן דעם לשון זכר אָדער דעם געמישטן מין. דער מין פון אָטאָ די "הוילע" ווערטער איז אומסטאַביל געאָגראַפיש און צומאָל אַפילו אין מויל פון דעם זעלביקן פּאַרשוין.



                                     

3.2. גראַמאַטישע באַזונדערקייטן בייגפאַלן

די סיסטעם בייגפאַלן ווייזט אַ ריי פאַרפּשוטערונגען אין פאַרגלייך צו כלל יידיש. די פּראָנאָמען האָבן בלויז צוויי פאָרמען: נאָמינאַטיוו זי, ער, מיר א.א.וו. און דעם אומדירעקטן בייגפאַל אָביעקטיוו באַזירט אין מערסטע ערטער אויף היסטאָרישן דאַטיוו, וואָס ווערט באַנוצט נאָך פּרעפּאָזיציעס און פאַר דירעקטע אָביעקטן איך זע דיר, איך גיי מיט דיר. ביי סובסטאַנטיוון איז די סיסטעם בייגפאַלן ווייניקער אויסגעהאַלטן און האָט באַשטימטע געאָגראַפישע וואַריאַציעס מיט מער סטאַבילקייט און ווייניקער פאַרשיידנקייט אויף צפון איידער אַנדערשוואו. אַ גענעראַליזירטע שיטה פאַר די צפונדיקע שטחים זעט אויס אַזוי:

                                     

3.3. גראַמאַטישע באַזונדערקייטן ווערבן

די באַזונדערקייט פון ליטווישן יידיש איז דער כסדרדיקער נוצן בלויז איין הילפסווערב האָבן צו בויען דעם זמן עבר: איך האָב געגעסן, איך האָב געזעסן.

להיפּוך צו דרומדיקע דיאַלעקטן איז אין ליטווישן יידיש אָנגענומען צו נוצן דעם אינפיניטיוו און ניט דעם פּאַרטיציפּ פאַר תנאי מאָדוס: איך וואָלט עסן אָנשטאָט איך וואָלט געגעסן, וואָס אין אַנדערע דיאַלעקטן און אין כלל שפּראַך.

                                     

4. וואָרט אוצר

ס׳זיינען דאָ אַ סך ווערטער, וואָס האָבן אונטערשיידלעכע פאָרמען אין פאַרשידענע דיאַלעקטן פון יידיש אָדער זיינען גאָר יחיד־במינודיקייטן. אין דעם ענין זיינען משפּיע צוויי פאַקטאָרן: אינעווייניקסטע פּראָצעסן און השפּעה פון די לשונות פון אַרומיקע פעלקער: אין פאַל פון ליטווישן יידיש - ליטוויש און ווייסרוסיש.



                                     

5. דער ליטווישער דיאַלעקט און כלל יידיש

דעם כלל יידיש מעג מען באַשרייבן ווי אַ צונויפגאָס פון ליטווישער פאָנעטיק און דרומדיקער גראַמאַטיק. די סיסטעם כלל־יידישע וואָקאַלן ד.ה. דער אַזוי גערופענער ליטעראַרישער אַרויסרייד איז כמעט אידענטיש צו ווילנער יידישער וואָקאַליזם מיטן אויסנאַם פון דעם וואָקאַל אין ווערטער תורה, מורא, אויג, בוים א.א.וו., וואָס האָבן eɪ אין ווילנע און אַרום און וואָס ווערן כסדר אַרויסגערעדט אין דער סטאַנדאַרדער שפּראַך אויפן דרומדיקן שטייגער: ɔɪ. צי צופעליק, צי ניט פּאַסט די אָרטאָגראַפיע פון יידיש, די יסודות פון וועלכער זיינען אַנטוויקלט געוואָרן במשך פון 19טן יאָרהונדערט, דווקא צו דער אָטאָ סיסטעם וואָקאַלן. דער אַנדער ליטווישער שיבולת, דהיינו: די פּלאָנטערניש פון סיבילאַנטן, איז אין כלל יידיש בדרך כלל ניט אַריין, הגם ווי אַן אָפּהילך פון דער שיטה האָבן מחברים פון ליטווישן אָפּשטאַם פריער געטענהט, אַז די ־ניש ענדונג זאָל בכתב געשריבן ווערן ־נעס/־ניס.

פון גראַמאַטישן קוקווינקל איז כלל יידיש באמת נאָענטער צו די דרומדיקע דיאַלעקטן, אָבער אַ ריי צפונדיקע שטריכן זיינען אין דער כלל שפּראַך יאָ אַריין. להיפּוך צום ליטווישן יידיש האָט די כלל שפּראַך דריי מינים בהסכם מיט פּוילישן און וואָלינער דיאַלעקטן, אָבער צומאָל פאָלגט דער מין פון אַ וואָרט דעם צפונדיקן נוסח דער גלות אָדער האָט צוויי וואַריאַנטן, וואָס איינער פון זיי שטאַמט צפון בשעת דער אַנדערער פון דרום דער/דאָס ספר, די/דאָס ווייב. ס׳זיינען דאָ אויך אַזעלכע ווערטער, וואָס דער מין פון זיי קומט גאָר פון מאָדערנעם דייטש דורך דער השפּעה פון דער אַמאָליקער יידישער פּרעסע: די פריערע ליטווישע פאָרם דער האָפענונג, פּוילישע דאָס האָפענונג, אין דער כלל שפּראַך און אויך אין היינטיקן ליטווישן יידיש די האָפענונג.

די כלל שפּראַך טאָלערירט אויך אַ ריי לעקסישע שטריכן, וואָס קומען פון פאַרשיידענע דיאַלעקטן, ווי למשל: זענען און זיינען, נישט און ניט, צוואָנציק און צוואַנציק און אַ סך אַנדערע. די דאָזיקע אָפּאָזיציעס און אויך די דערמאָנטע פרייהייט, וואָס שייך דעם גראַמאַטישן מין, שאַפן אַ רייכן מקור פאַר דער ליטעראַרישער סטיליזאַציע.



                                     

6. דער מצב היינטצוטאָג

ליטע איז געווען די לאַנד מיט דער גרעסטער צאָל קרבנות אין די חורבן יאָרן און דערפאַר איז די צאָל ריידערס פון ליטווישן יידיש שטאַרק געמינערט געוואָרן. די געבליבענע גרופּעס, וואָס ריידן נאָך די דאָזיקע דיאַלעקטן זיינען קליינע קהילות שארית הפּליטה יידן און אויך מתנגדים, וואָס זיינען אַנטלאָפן נאָך פריער, ירושלימער פּרושים און די מעסיקע חסידות פון חבד. די חבדניקעס, די גרעסטע גרופּע, ריידן ס׳רוב ווייסרוסישן סובדיאַלעקט.

דער אויסשטאַרב פון לאָקאַלע ליטווישע ריידענישן האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין 19טן–דער ערשטער העלפט 20טן יאָרהונדערט. די סובדיאַלעקטן זיינען אָפּגעטראָטן אונטערן דרוק פון רעגיאָנעלע סטאַנדאַרדן און פון דער כלל שפּראַך, וואָס די סיסטעם יידישע שולעס האָט איר אַריינגעבראַכט. אַזוי אַרום פאַרשווינדן אַזעלכע שפּראַכיקע שטריכן ווי סאַבעסדיקער לאָסן און דיפטאָנגען מיט "רונדע" צווייטע עלעמענטן אויף צפון ליטע. אין אַמעריקע איז דאָ געווען אַ טענדענץ פון דער פאַרפּשוטערונג אין דער סיסטעם גראַמאַטישע מינים און פאַרלוסט פון רעלאַטיוו זעלטענע באַגריפן לטובת ווערטער פון כלל יידיש און ענגליש.

אַ גרויסע טייל פון נאָכמלחמהדיקע דורות זיינען אַריבער אויף אַנדערע שפּראַכן: רוסיש, ענגליש, דייטש און אַנדערע.

                                     
  • אין יידישע דיא לעקטן זיינען א זוינע: בלויז אין מזרח יידיש זעט דעם הויפ ט א רטיקל ליטווישער יידיש א רעדן די ליטווא קעס א רויס o א זוי איז אויך בא שטימט
  • געווארן. א ניסן - רבי יוסף שלום אלישיב, גרויסער פוסק אין ירושלים און ליטווישער מנהיג נפ ה תשע ב כ ט טבת - הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער, צווייטער
  • פינפטער וויזשניצער רבי געב ה תרע ו כ ח תמוז - רבי יוסף שלום אלישיב, גרויסער פוסק אין ירושלים און ליטווישער מנהיג געב ה תר ע יארן אין יידישן לוח
  • זענען נאך אלץ מער וועלטליך און מאדערן. היינטיקע רעליגיעזע ליטוואקעס רעדן יידיש ליטווישן דיאלעקט און אויך די שפראך פון לאנד, ווי למשל אין אמעריקע רעדן
  • ער איז געווען איינער פון די גרעסטע רעדנער און לעקטארן אויף יידיש זיין יידיש ליטווישער דיאלעקט איז געווען רייך, טיף און אלאסטיש. געבוירן אין היינטיגן
  • הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי געבוירן ט ו טבת תרפ ח איז א ליטווישער רב וואס איז א גרויסער בקי ש ס און פוסקים. ער איז א מיטגליד אין דער מועצת גדולי
  • שך י ט טבת ה תרנ ח - ט ז חשוון ה תשס ב איז געווען דער מנהיג פון דער ליטווישער תורה וועלט, זייענדיג דער ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק
  • 1926 - ב אב תשע ח 14טן יולי 2018 פון בני ברק, איז געווען א חרדישער ליטווישער רב א פוסק, א מקובל, א מדקדק. ער האט געשריבן א סך ספרים וועגן הלכה, קבלה
  • בוקא נטא ס ליטוויש: Alfonsas Bukontas געב. 11טן סעפטעמבער 1941 איז א ליטווישער דיכטער פון דער יי דישער א פ שטא מונג. א לפא נסא ס בוקא נטא ס איז געבוירן
  • מאנאלאג פון א ווילנער אידינע געשריבן אין יאר 1904. א נגידישע פרעזשעניצע א ליטווישער דיאלאג - געשריבן אין יאר 1904. איין עצה - געשריבן אין יאר 1904. ביי ם