ⓘ חיים אריה שפיטץ איז געבוירן צו זיין פאטער, הרב משה שפיטץ, פריערדיגער ביסטריצער רב פון ניו יארק. אלץ בחור האט חיים אריה געלערנט אין לוצערן ביים גאון און פריערדיג ..

                                     

ⓘ חיים אריה שפיטץ

חיים אריה שפיטץ איז געבוירן צו זיין פאטער, הרב משה שפיטץ, פריערדיגער ביסטריצער רב פון ניו יארק.

אלץ בחור האט חיים אריה געלערנט אין לוצערן ביים גאון און פריערדיגן עץ חיים ראש ישיבה הרב יצחק דוב קאפלמאן, ביי וועם ער איז געווען גאר נאנט און האט פון אים פיל מקבל געווען.

ער האט געהייראט די טאכטער פון הרב חיים יוסף דוד ווייס - סאטמארער דיין אין אנטווערפן.

נאך וואס הרב יהודה טרעגער פון אנטווערפן איז קראנק געווארן איז ער געשטעלט געווארן אלץ ראש ישיבה אין ווילרייק.

הרב שפיטץ איז א מחותן מיטן דושינסקיא רבין פון ירושלים, און מיט רבי ישראל ערנסטער, אן אייניקל פונעם וויזשניצער רבין.