ⓘ פארוויילונג ..

פארוויילונג

דראגס מעדיע צירקוס וואסער פארקן קאנצערטן געימינג טעלעוויזיע פילם סעקס כּישוף מוזייען טאנצן טרינקען נאוועל ביכער קאמף טשאט ראדיא ספארטן ספא טעאטער מוזיק הומאר

אזארטשפיל

אזארטשפילן איז יעדער סארט וועטן זיך מיט געלט אדער אן אנדער ווערטפולער זאך אויף א ריזיקע, ווי צום ביישפיל שפילן קארטן. עס איז פארבאטן לעגאל דאס צו טאן נאר אין געוויסע דעזעגנירטע פלעצער למשל אין ישראל ווי סאיז אונטער א שטרענגער קאנטראלע נישט צו טאן גניבה. אזארטשפיל קען מען געפינען אין קאסינאס, ווי אויך זענען דא שפילן ווי למשל קארטן שפיל און טריק-טראק. די תורה פארבאט דאס אלס משחק בקוביא, עס קארופטירט דעם מענטש, ווייל דער ווילדער גלוסט צו געווינען געלט, מאכט גנבנען און בארגן אן רשות, און רוב מאל פארלירט מען די הויזן, און מען בלייבט א בעל חוב. פאר איינער וואס האט געווינען איינמאל גרויס געלט ווע ...

אקוואריום

אן אקוואריום איז א פלאץ ווי מענטשן האלטן פיש און אנדערע בעלי חיים וואס לעבן אין וואסער אן אקוואריום קען זיין א קליינער טאנק, אדער א געביידע מיט עטלעכע גרויסע טאנקען. האלטן אן אקוואריום איז א פאפולערער האבי ארום דער וועלט. מען פרובירט צו שאפן א סביבה פאר די פיש וואס איז ענלעך צו די נאטירלעכע וואוינערטער. מען דארף אכט געבן אויף וואסער קוואליטעט, ליכט, און עסן. סזענען דא גרויסע אקוואריומס פארן ציבור וואס זענען, טוריסטן אטראקציעס. זיי ווייזן די פיש און אנדערע בעלי חיים אין גרויסע טאנקען. אפטמאל האלטן זיי זגאלן וואס זענען נאענט צו אויסשטארבן.

בראדוועי

בראדוועי איז א הויפט גאס אין וויליאמסבורג, וואס צייכענט אפ די גרעניץ צווישן די חסידישע איינוואוינער דארטן און זייערע שפאנישע שכנים. אויך איז בראדוועי א נאמען פאר אלע טעאטער שפילן וואס שפילן, ווייל זיי זענען פלאצירט אין 42סטער גאס ראג בראדוועי און ארום יענע געגנט, דעריבער רופט מען זיין "בראדוועי שויס".

גערטנעריי

דאס גערטנעריי איז האדעווען פֿלאנצן ווי בלימען און ביימער אלס צייטפארברענג. טייל מענטשן האדעווען גרינצייג און פרוכט איז זייערע גערטנער. גערטענריי קען זיין אין באדן הינטער דעם הויז אדער אין טעפ אויף א באלקאן אדער אויפן דאך. געוויסע פלאנצן איז שווער צו האדעווען זיי אינדרויסן, פאר זיי ניצט מען אן אראנזשעריע, א באזונדערע געביידע ספעציעל וואו פלאנצן וואקסן. די אראנזשעריע האט א גלעזערנע אדער פלאסטישע דאך וואס לאזט אדורך אסאך ליכט. אין פארקן אד"ג טוט מען גאנץ אפט גערטנעריי.

                                     

דיסקאטעק

דיסקאָטעק, אָדער דיסקאָ, איז אַ זאַל אַוווּ מען שפּילט דיסקאָ-מוזיק און מען טאַנצט טיף אין דער נאכט. אַנדערש װי אין אַנדערע טאַנץ פּלעצער, אין דיסקאָטעק איז דאָס טאַנצן פֿרײַ און מע דאַרף ניט טאַנצן מיט אַ קאָמפּאַניִאָן.

                                     

זשאנגלירן

זשאָנגלירן איז אַ מין קונסט װאָס פאַרנעמט זיך מיט װאַרפן קלײנע אָביעקטן און כאַפּן זײ גלײך דערנאָך. זײ זענען גאָר פּאָפּולער בײ שימחות, צירק, פעסטיװאַלן און ירידים אאַ"װ. אָפט מאָל זשאָנגאלירט מען באַלן, טעלער, העקן, מעסער, און אַפילו קלײנע מאַשינען. צו מאַכן דעם קונסט מער שרעקלעך, ניצן זײ אָפט מאָל ברענענדיקע אָביעקטן. מען נוצט דאס אויך ווען אלס אויסשפראך ווען איינער טוט 2 זאכן אויפאמאל. איינער וואס זשאנגלירט רופט מען אַ זשאָנגליאָר.

                                     

קוגעלעך

מען פארעמט א בריק דורך אויסשפרייטן די ערשטע צוויי פונגערס אויפן שפיל פלאץ. דערנאך ווארפט מען אייק קוגעלע אין דער לופט און מען פרואווט איינציגווייז אריינצוריקען די קוגעלעך דורכן בריק און דערנאך כאפן די קוגעלע פון די לופט. ווען עס זענען שוין דורכגעריקט פיר קוגעלעך רוקט מען פשוט אדורך דעם לעצטן. די קוגעלעך וואס ווערן דורכגעריקט טארן זיך נישט אנרירן. דערנאך קלויבט מען איינס צו ווארפן אין די לופט און מען כאפט די אנדערע פיר.