ⓘ קנאים ..

עמרם בלוי

ר עמרם בלוי דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן חילול שבת אין ירושלים און אלע פרייע פרצות וואס האט זיך דארט אפגעטאן.

רפאל בלום

רבי רפאל בלום איז געווען דער קאשויער רב. א גרויסער עניו צדיק גאון און לוחם קעגן אלע מאדערענע זאכן וואס זענען נאר פארגעקומען. ער האט אויפגעשטעלט אסאך תלמידים און חסידים וואס זענען פארשפרייט אין גאנץ ניו יארק, אממערסטענס אין וויליאמסבורג און בארא פארק און אויך אין מאנסי, און אזוי אויך אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע.

אליעזר חיים בלום

ער איז געבוירן געווארן כ"ו תשרי התרצ"ט אין די שטאט קאשוי צו זיינע עלטערן רבי רפאל בלום און חנה מלכה א טאכטער פון הרב משה גרינפעלד ז"ל פון מיהאלאוויץ. ער איז געווען איינער פון די פאסאזשירן וואס זענען מיטגעפארן אין דער קאסטנער באן צוזאמען מיט רבי יואל טייטלבוים. אום ח"י טבת תשי"ח האט ער געהייראט ציפורה די טאכטער פון רבי מרדכי פריעדמאן שו"ב וועלכע האט געוואוינט אין יאס, בוקארעסט און ברוקלין. ער האט געוואוינט אין שיכון סקווירא איידער ער האט זיך אוועקגעצויגן קיין מאנסי. ער איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכטס פ׳ ויגש ז׳ טבת תשע״ט, ומנוחתו כבוד בהאוהל בקרית קאשוי בעדפארד היללס.

די וועלט

די וועלט איז א חודשליכער זשורנאל וואס קומט אן אויף דער פאסט צו אלע אנ"ש און מעמבערס פון קהל ייטב לב דסאטמאר. דער רעדאקטאר איז א סאטמארער חסיד, ר אלימלך לייפער. אויפגעוואקסן אין אנטווערפן בעלגיע טראגט ער דעם חסידישן פלאקער פון שעצונג לכל הקודש לבית צאנז דורך זיך דרייען ביי ר איציקל און רבי יענקלע פשעווארסקער. ער איז א פארברענטער קנאי, און איז מסביר די שיטה פון רבין ווי עס ברויך צו זיין, אן קיין שום דיפלאמאטיע פון "דער איד", אדער פון "דער בלאט". ער שוינט נישט אפ קיינעם און שרייבט זייער היימיש, אפן און תמימותדיג. אנדערשט ווי אלע צייטונגען באהאלט ער זיך נישט אונטער א פען נאמען, נאר שרייבט ארוי ...

משה יודא דייטש

ר משה יודא דייטש איז געווען דער רעגלמעסיקער עדיטאריעל שרייבער פון דער סאטמאר זאליס צייטונג, דער איד. ער וואוינט אין קרית יואל און קערט זיך אן צו די זאליס. זיין פאפולערקייט שטאמט נאך פון זיין אמאליקער וועכנטלעכער קאַלום אין דער איד אויף א מאדערן לשון הקודש, אונטערן קעפל משמעות המאורעות קעגן די אגודה קרייזן און בעלזא, וואס איז געווען זייער פאפולער און איז געווארן געלייענט ביי אלע קרייזן אלס אינטערסאנטקייט און טאן געבעריי פארן סאטמאר רביןס קנאות. בעלזא און זייער צייטונג המחנה החדרי האבן אים נישט אפגעשוינט און צוריק געענטפערט אויף זיין שטייגער, אפילו פערזענלעכע געשעפטן מיט פאמיליע פראבלעמען וו ...

ישראל דוד ווייס

ישראל דוד ווייס איז דער אפיציעהלער ווארט-זאגער פון דער אנטי ציוניסטישע נטורי קרתא פראקציע בית יהודי וואס איז אונטער דער פיהרערשאפט פון הרב משה בער בעק אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק. זייענדיג א טאלאנטפולער רעהדנער, ווי אויך צוליב וואס ער קען א געשליפענעם ענגליש, טרעהט ער אלעמאל אויף פאר די מעדיע, און אזוי אויך ביי קאנפערענצן און דעמאנסטראציעס, און ראליס, און קאנווענשןס א.ד.ג. ער ערשיינט אינעם פילם רעליגיעזלאז וואו ער האט אן אינטערוויו מיט ביל מאהר.

אברהם לייטנער

הרב אברהם לייטנער איז געווען א רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי. ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און איז געווען אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די סאטמארער קרייזן. ער איז געווען באטראכט אלס א חשובער רב בשעת ווען ר יואל האט געלעבט וואס איז געווען א חסיד נישט נאר א סימפאטיקער עס איז געווען א מנהג פון ר יואל מיט אים צו שמועסן איבער עניני הנהגה יעדן טאג בשעתן צאמלייגן טלית און תפילין. ער איז געווען א תלמיד פון רב דושינסקי. ער איז געווען דער פירער פון די מער עקסטרעמע, פרומע קרייזן אין סאטמאר, ווי דער בני יואל. האבנדיג געווען פון די שווארצע ביים לעבן פו ...

חיים שלום לעפקאוויטש

חיים שלום לעפקאוויטש איז א געוועזענער סאטמארער חסיד וואס איז היינט אן אקטיווער מיטגליד אין די נטורי קרתא באוועגונג פון מאנסי. ער קומט פון די פארצווייגטע, איינפלוספולע לעפקאוויטש פאמיליע אין סאטמאר, פיל פון וועלכע פארנעמען היינט-צו-טאגס סאטמארער פירערשאפט פאזיציעס. לעפקאוויטש איז נאך אלס בחור אין ישיבה געווען פון די קאכעדיגע בחורים, ער איז א תלמיד פון יאוואזשנע רב מאיר טודרוס זילבער שליט"א, ביי אים איז ער צוגעצויגען געווארן צו פרומקייט, זיין טאטע הרה"ח ר יושע נ"י, פון די איינגעזעענע סאטמארער בעלי בתים, פלעגט אייביג מקרב זיין די קנאים, ווצב"ש תורה ויראה אין ירושלים, און אויך הרב משה דוב בעק ...

פנחס פעלדמאן

הרב ישראל פנחס הלוי פעלדמאן איז היינט צוטאגס דער ראש הקהל פון קהל בית יהודי, א פראקציע פון נטורי קרתא וואס איז לאקירט אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק אין ראקלענד קאונטי. ער איז געוועזן דער אייגנטומער פון דעם יראים טשאפעל אין וויליאמסבורג פאר לאנגע יארן זינט ער האט דאס איבערגענומען פון זיין שווער, דער עסקן און כלל טוען, הרב ישראל הערש פריעדמאן ביז ער האט דאס שפעטער פארקויפט אין די מיטעלע 1980ער יארן פאר משפחת בראך, אזוי אויך איז דער פארפאסער פון פארשידענע ספרים און ביכער איבער דער טעמע פון חינוך ביי אידישע קינדער.

יענקל קעלנער

יענקל קעלנער וואוינט אין קרית יואל, מאנרוי, און איז טעטיג דארטן צו היטן די גדרי הצניעות והקדושה. סאיז דא וואס קלערן אז ער געהער צו די בני יואל, אבער ער דרייט זיך און איז אקטיוו אין דער ווייסער שול פון דער צענטראלער קהילה. קעלנער איז באוואוסט אלס איינער וואס שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אין דער וועלט. לויט שמועות טוט ער אלעס אויף די אייגענע האנט, און ער האט שוין אין די פארגאנגענהייט געטון שריט וואס איז עפנטליך פארדאמט געווארן דורך אנדערע מיטגלידער פון ועד הצניעות. גאר לעצטנס האט ער רעזיגנירט פון משמרת הצניעות אין קרית יואל אונטערן דרוק פון נחום ראזענבערג, וועלכער פארלאנגט אז אויך דוד עקשטי ...

                                     

ⓘ קנאים

  • צווייטן בית המקדש איז געווען א גרופע וועלכע האבן געהייסן קנאים היינטיגע צייטן רופט מען אן קנאים די וואס זענען קעגן דער אנטשטייאונג פון מדינת ישראל. די
  • יושע נ י, פון די איינגעזעענע סאטמארער בעלי בתים, פלעגט אייביג מקרב זיין די קנאים ווצב ש תורה ויראה אין ירושלים, און אויך הרב משה דוב בעק שליט א אין מאנסי
  • דעם טא ג הלל און זא גן די תפילה לשלום הגאולה. אגודה איז דאס א פשוטער טאג. קנאים איז דאס א טרויעריגער טאג. א זעלכע פ א סטן און לײענען די הפטרה פון א תענית
  • חדרים אין ישראל ווערן געשטיצט דורך דער רעגירונג ווי אנערקענטע בילדונג די קנאים און אנטי ציוניסטן נעמען נישט קיין געלט פון דער רעגירונג בשיטה, און פירן
  • אברהם זרביב איז א ספרדישער בחור וואס ארבעט פאר די ירושלים קנאים און אלע מערכות. קעגן נחל החרדי, אתרא קדישא און איצט דינט ער הויז ארעסט ביז זיין משפט איז
  • אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויטן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס
  • אידישע אינטערעסן אנגערופן אן אסיר ציון. אין מאה שערים ווען מען ארעסטירט די קנאים פארן ווארפן שטיינער אויף די פאליציי מאכט מען גרויסע פראטעסטן זיי צו באפרייען
  • קול השבת איז דער חרדישע פאון האטליין פאר קנאים וואס שרייען שבת. דארטן וועט איר הערן א קאלעקשאן פון אלע רבנים וואס זענען קעגן די וויליאמסבורג און בארא
  • די הייליגע פירונגען פון די תורה אידישקייט וואס איז אנגענומען ביי חרדים. קנאים קומען נישט אהין וואוינען צוליב דעם וואס עס געפינט זיך פון דער אנדערער זייט
                                     

משה הירש

ר משה הירש איז געווען אן אמעריקאנער איד וואס האט געלערנט אין תורה ודעת ישיבה אין ברוקלין. ער איז געווארן אן איידעם ביי ר זעליג ראובן קאצינעלנבויגן ז"ל, און איבערגענומן פון זיין שווער די נטורי קרתא פירערשאפט. ער פלעגט זיך טרעפן זייער אסאך מיטן יאסיר אראפאט און איז געווען א אידישער פריינט פאר די פאליסטינער. ל"ג בעומר תש"ע איז ער נפטר געווארן, נאך א לענגערער קרענק, אין מאה שערים, ירושלים.

                                     

אברהם זרביב

אברהם זרביב איז א ספרדישער בחור וואס ארבעט פאר די ירושלים קנאים און אלע מערכות. קעגן נחל החרדי, אתרא קדישא און איצט דינט ער הויז ארעסט ביז זיין משפט איז פארטיק, וועגן א מסירה אז ער ווילדעוועט און העצט קעגן קלעצקין. ער איז א תלמיד פון ר שלמה זלמן אויערבאךס ישיבה קול תורה.

                                     

יהושע ראזנבערגער

רבי יהושע איז אן איידעם ביים ספינקער רבי פון ירושלים, רבי יוסף מאיר כהנא. זיין זון רבי יצחק דינט אלס רב פון דער לי-גארדענס געגנט נעבן וויליאמסבורג, און איז פארהייראטעט צו מרת רחל אסתר, טאכטער פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמארער רביס. זיין איידעם איז רבי אשר ישעיה ראזנבוים, נאדווארנער רבי אין ביתר עילית.