ⓘ אלה מסעי איז א ספר אויף לשון הקודש וואו עס ווערט באשריבן די נסיעה פון רבי משה טייטלבוים וועלכער איז געפארן מיט א גרויסן עולם אום תמוז תשנב מתפלל זיין אויף קברי ..

                                     

ⓘ אלה מסעי

אלה מסעי איז א ספר אויף לשון הקודש וואו עס ווערט באשריבן די נסיעה פון רבי משה טייטלבוים וועלכער איז געפארן מיט א גרויסן עולם אום תמוז תשנ"ב מתפלל זיין אויף קברי צדיקים אין אוקריינע, פוילן, אונגארן און ראמעניע.

עס איז געשריבן געווארן אין א שיינע מליצהדיגע שפראך דורך רבי יעקב ווייס, וועלכער איז געווען צווישן די מיטרייזענדע, און ארויסגעגעבן דורך הוצאת ספרים אבני צדק פון קרית יואל אין יאהר תשנ"ג.

די סעטינג איז געמאכט געווארן ביי יוסף פרץ ביללער.

ער אנטהאלט פופצן פרקים אין א סך הכל פון צוויי הונדערט זייטן.

דער ספר איז פוהל מיט ערציילונגען און היסטארישע פאקטן וואס דער רבי האט דערציילט איבער די שטעט און לענדער וואו זיי זענען געפארן צום ערשטן מאל זינט דעם צוזאמענפאל פונעם אייזערנעם פארהאנג.