ⓘ קליידונג ..

ביקיני

א ביקיני איז געוויינטלעך א צוויי-טייליקער פרויאישער שווימען קליידונג וואס באהאלט די בריסט און די וואגינע מיט כמעט די גאנצער תחת. פאר א קלענערע שווים קלייד וואס דעקט נישט צו די תחת הייסט זשי סטרינג.

בעקיטשע

א בעקיטשע איז א אויבערראק אין שווארצן קאליר, וואס חסידים טראגן שבת און יום טוב. אנדערש ווי א געווענליכע רעקל, ליגן אירע טאשן ביי די זייטן, כדי מען זאל נישט צוקומען אנצוכאפן וואו מען טאר נישט.

גאטקעס

גאַטקעס זענען אונטערהויזן, וואס טון פארדעקן דאס קערפער לייב. סדא ספעציעלע חסידישע גאטשעס, וואס זענען לויז און לאנג, ענליך צו די "מכנסיים" וואס די כהנים זענען געגאנגען אין בית המקדש ביי דער עבודה. דערצו זענען פארהאנען עטליכע סארט, אינעם מענערישע באנוץ אין אלגעמיין, אזעלכע וואס זענען ממש באהאפטן צום קערפער און אזעלכע וואס זענען קאלירט, און אויכעט ווינטער גאטשעס. אזוי ביי די פרויען איז פארהאנען ספעציעלע סארטן, געאייגענט לויט די מאדעס. טויזנטער יארן צוריק, האט דאס בכלל נישט געהייסן א אבנארמאלע זאך, צוגיין דערמיט אין גאס, אבער מיט די יארן, ווען עס איז צוגעקומען דערצו א אויבערהויזן, אדער ביי פרו ...

הויזן

הויזן איז א מער מאדערענער וועג פון א קלייד וואס איז אויף יעדן פוס באזונדער. אונטער די הויזן טראגט מען גאטקעס. זייט דעם 16סטן יארהונדערט איז דאס געווארן נארמאלע קליידונג פאר מענער אין מערבדיגע לענדער. אבער היינט צו טאג גייען דערמיט אויך פרויען.

העמד

אַ בלוזקע איז א גענייטער עלעגאנטער בגד וואס איז געמאכט פון וואל אדער וואטע. זי האט א קאלנער מיט אן ארבל און ווערט אנגעטאן מיט קנעפלעך. דאס קען זיין קאלירט אדער ווייס, עס קען איר טראגן מענער אדער פרויען. מען טוט זי אן נאר אין מכובדיקע פלעצער אדער אויף יום טובים. מכובדיקע מענטשן גייען שטענדיג מיט א בלוזקע. אויך פרומע גייען שטענדיג א ווייסע בלוזקע, וויבאלד עס איז א אלט-מאדישע קליידונג, און די פרומע זיינען קאָנסערוואַטיוו און אפגעשיידט פון דער מאדע. אנדערש איז א טישערט העמד, וואס עס מוז נישט זיין עלעגאנט. עס קען זיין אן א קאלנער, אן קנעפלאך, און צו מאלן אנגעקאטשקעט מיט אלערליי שמאנצעס.

הענטשקע

א הענטשקע איז א צודעק פאר דער האנט געווענליך אנטקעגן קעלט. סאיז געמאכט מיט פינף באזונדערע שיידן פאר די פינגערן. היינט צו טאגס ווערט דאס פיל מער באנוצט פאר אנדערע צוועקן ווי קעלט, א שטייגער ווי אין שפיטעלער דורך דאקטוירים, וואס ברויכן דאס אנטוהען לויטן געזעץ, נישט אריבער צו פירען באקטעריעס פון איין קראנקען צום 2טן.

                                     

G-string

זשי סטרינג איז מייסטענס א שווים קלייד וואס איז מער אויסגעלאסן ווי א ביקיני, צוליב דעם וואס עס דעקט כמעט גארנישט צו פון די קערפער בלויז די מינימאלע לעגאלע באהאלטענקייטן מיט א דינע שטריק.

                                     

אונטערהעמד

אן אונטערהעמד אדער לײַבל איז איין אונטערוועש ארטיקל וואס ווערט אנגעטאן אונטערן העמד געצילט צו שיצן זיי פון קערפער שווייס און גערוכעס. עס קען האבן קורצע ארבל אדער קיין ארבל. דאס ווארט איז דאס מערסטע באנוצט פאר דער קליידונג פון העכרן טייל פון קערפער אנגעטאן ביי מענער. אויך מאכט עס דעם העמד ווייניגער דורכזוכטיק. עס קען אויך באניצט ווערן דורכאויס די ווינטער מאנטאן אלס איין עקסטרע שיכט פון ווארעמען.

                                     

נאכט העמד

נאכט העמד איז וואס מענער און פרויען באנוצען זיך אלץ אויבעראנטועכץ ווען מען גייט שלאפן. רוב מאל איז עס ווייס, עס קען זיין קאלערדיג אויך. די אידן אין תימן גייען דערמיט עמטליך אגאנצן טאג אלס זייער געהעריגע בגד.

                                     

ספודניצע

א ספודניצע אדער האלבקליידל איז אן ארט קליידונג פאר פרויען, וואס מען טראגט אויפן אונטערשטן טייל פונעם קערפער צו באדעקן די צוויי פיס. דאס איז אנדערשט פון הויזן, וואס באדעקן יעדן פוס באזונדער.

                                     

פאטשיילע

א פֿאַטשיילע איז א שטיק שטאף וואס מען ניצט צו באדעקן דעם קאפ. זי קומט אויס צו ניץ אפווישן שווייס פונעם פנים. ביי יידן גייען די געהייראטע פרויען באדעקט מיט א פאטשיילע אדער "טיכל" אדער "שטערן־טיכל". במשך די יארן איז געווארן דער שטייגער צו נעמען א באזונדערן שטיק שטאף אפווישען דעם נאז. דאס רופט מען א "טאשנטיכל". היינט ניצן עס גאר ווייניג מענטשן, צוליב די נארמאלע באנוץ פון טישוס, די אויפטוה דערפון איז היינט א פארגאנגעהייט.

                                     

קאפטער

א קאַפטער איז א מין הוט אדער הויב וואס איז באהאפטן צו א קלייד, מערסטנס צו א מאנטל אדער א פעלערינע. אנדערש ווי א געוויינטלעכן הוט, דער קאפטער שיצט אויך אויפן נאקן. מקען זיך גאנץ גוט באהאלטן איינער וואס טראגט א קאפטער.